שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין מאן זאל אהיימקומען צייטליך?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע חיזוק און עצות.


איך בין א פרוי, א מאמע פון פיר פיצלעך קינדער, דער עלטסטער איז נאכנישט פיר יאר אלט, און איינע פון זיי איז ליידער נישט געזונט ל"ע. מיין מאן ברענגט ב"ה פרנסה אין שטוב, און אלעס פארט מיט א סדר ב"ה.


מיין מאנ'ס ארבעטס פלאץ איז נישט צו ווייט פון אונזער הויז, אומגעפער א פופצין מינוט צו שפאצירן, ער האט אבער א איד וואס ארבעט מיט אים וואס קען אים אהיימברענגען מיט זיין קאר א שעה שפעטער פון ווען ער דארף אהיימקומען, און מיין מאן כאפט זיך כסדר צו צו דעם, און ער ווארט אן איבריגע שעה ביי די ארבעט, צו קענען קומען מיט די קאר.


איך ווער ממש צעריסן אויף שטיקער אינדערהיים, איך דארף לויפן פון איין קינד צום צווייטן די גאנצע צייט, און איך ווארט שוין קוים אז ער זאל אהיימקומען פון די ארבעט און צולייגן אביסל א האנט, אבער כמעט יעדן טאג קומט ער אן א שעה שפעטער, מיט'ן זעלבן תירוץ אז ער האט געווארט פאר די קאר.


איך האב ב"ה גוטהארציגע שכנים וואס לייגן צו א האנט אביסל, אבער רוב צייט דארף איך אליין זיך אפגעבן מיט די קינדער, און עס טוט מיר זייער שטארק וויי אז מיין מאן פארשטייט אפילו נישט ווי שווער איך ארבעט מיט די קינדער, ער האלט אז איך טרייב איבער און ס'איז באמת נישט אזוי געפערליך אז איך שטרענג זיך אזוי שטארק איבער אינדערהיים.


איך האב אים שוין געבעטן מיט גוטנס און מיט טרערן, אבער עס בלייבט ווייטער ביים אלטן. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי איז אמאל געקומען צו א רב פארלאנגען א גט, זי וויל זיך גט'ן פון איר מאן; האט דער רב איר געפרעגט פארוואס זי וויל זיך גט'ן פון אים, האט זי געזאגט: "מיין מאן קומט אהיים זייער שפעט, איך דארף אליינס זיין מיט די קינדער, איך האב שוין אלעס פראבירט אבער עס העלפט גארנישט, איך קען מער נישט אזוי אנגיין, איך וויל א גט", זאגט איר דער רב מיט גרויס חכמה: "אז דו וועסט זיך גט'ן וועט ער נישט אהיים קומען פריער, עס וועט דיר נישט העלפן".


די מעשה זעט אויס ווי א וויץ אבער אז מען טראכט אריין ליגט אין דעם זייער א טיפע חכמה, א מענטש וויל אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען לויפט ער אריין אין טיפערע פראבלעמען. אז עס איז שווער ווען דער מאן קומט אהיים שפעט וועט דאך זיכער זיין שווערער ווען עס וועט בכלל נישט זיין קיין טאטע אין שטוב, אז יעצט איז שווער מיט די קינדער און די ווירטשאפט אז ער קומט אהיים שפעט, וואס וועט זיין אן א מאן, אן א טאטע? וועט דאך זיין גאר ביטער.


אז איר ווילט טאקע אן עצה זאלט איר אריין נעמען ביי זיך וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז, מוהרא"ש האט אונז אויסגעזאגט דעם סוד ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו לעבן א גוט לעבן, דער סוד פון האבן א גוט לעבן איז מען זאל שטענדיג האלטן קאפ און זוכן צו "זיין קלוג, נישט גערעכט"; דאס איז דער סוד פון הצלחה - נישט זוכן צו זיין גערעכט נאר זוכן ווי מען קען זיין קלוג. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵּיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר הויז, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט.


ווען מען הערט אייער זייט וואס איר דערציילט זענט איר הונדערט פראצענט גערעכט, אבער דא דארף מען אביסל חכמה, אביסל שכל; אז איר וועט רעדן שיין צו אייער מאן, איר וועט אים אפווארטן מיט א שמייכל און אים אויפנעמען ווארעם וכו', וועט איר זען ווי עס וועט זיך טוישן, סיי ביי אייך און סיי ביי אים, קודם ביי אייך וועט זיך טוישן אז איר וועט נישט זיין בכעס, איר וועט זיך פרייען אויף דאס ביסל וואס ער איז יא אין שטוב, און ביי אים וועט זיך אויך טוישן, ער וועט ליב האבן אהיים צו קומען, ער וועט אהיים קומען גלייך נאך ארבעט.


עס וועט אייך זיין זייער שווער דאס צו טון, בפרט ווען איר האט שוין א לאנגע צייט אין אייער הארץ אנטקעגן אים וכו', וכו'; מיט דעם אלעם בעט איך אייך זייער, איר פון אייער זייט זאלט רעדן שיין צו אים, זייטס ווייטער ווארעם צו אים און ווארטס אים אפ מיט א שמייכל וכו'. א קלוגע פרוי האט די מעגליכקייט אינגאנצן איבערצודרייען איר מאן לטובה; איך בעט אייך, ווארטס אויס אויף א ישועה און אנטלויפטס נישט. עס איז נישט קיין חכמה צו צעברעכן א שטוב ווען מען קען עס נאך ראטעווען.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר. געדענקט, דאס גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגל', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים ווייזט יענער צוריק א זויערע פנים. דערפאר, זוכט נישט צו זיין גערעכט, נאר האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "זיי קלוג, נישט גערעכט", איר זאלט זיין דער וואס בעט איבער און רעדט שיין.


קיינער האט נישט ליב קיין קריטיק - בפרט קריטיק פון די אייגענע ווייב; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, איר וועט נאר ערגער מאכן, ווייל די נאטור פון א מאן איז אז ער האלט זיך גרויס, מענער האבן ליב צו זיין די בעלי בתים וכו', זיי ווילן נישט אז די ווייב זאל זיי אריין זאגן וכו' וכו'; דעריבער זאלט איר רעדן צו אייער מאן שיינערהייט, געבט אים דעם כבוד, נישט מיט א נערוועזקייט און גערעגטקייט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", איינער וואס רעדט שיין און איידל נעמט אוועק צארן; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, ער וועט נישט צוהערן וואס איר זאגט, ער וועט זיך נאר אויפרעגן און צוריק שרייען, און עס קען נאך גיין ווייטער, אז ער וועט אנהויבן שעלטן אדער גאר הייבן הענט.


איר שרייבט אז איר האט שוין פרובירט מיט שיינעם; עס איז שווער אנצונעמען אז עס איז וואר וואס איר זאגט ווייל מיט שיינעם פועל'ט מען, קען זיין אז איר האט פרובירט צו רעדן שיין אבער אן סבלנות, אן געדולד, ווייל ווען מען רעדט שיין און מען האט געדולד קען מען איבערדרייען דעם שווערסטן נאטור, מען קען איבערדרייען דעם שווערסטן מענטש אים צו מאכן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.