שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן זיין אינדערהיים ביינאכט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מיין מאן איז נישט אין שטוב ביינאכט. דאס שטערט מיר זייער וועגן אסאך זאכן, און איינס פון די סיבות איז אז אין די שעות האב איך שוין געווענליך נישט קיין כח און קיין סבלנות פאר די קינדער און איך פיל אז ווען ער איז אויך אין שטוב גייט דאס פיל גרינגער.


ער טענה'ט אז ער מוז האבן די צייט פאר זיך, ער איז אזוי אויסגעמוטשעט און דאס איז זיין חיות, ער קען בשום אופן נישט מוותר זיין אויף דעם.


איך ווייס באמת נישט וואס צו טון, איך בין נישט א מענטש וואס איז מסכים צו לעבן פארביסענערהייט ווייל מיין מאן געבט מיר נישט וואס איך דארף, איך גיי זיך נישט בעטן ביי אים אויף מיין לעבן, איך קען זיך לערנען צו לעבן גוט אויך אזוי.


מיין שאלה איז אויב אין דעם פאל זאל איך אפמאכן אז ער זאל זיך גיין זיין וועג לחיים ולשלום, און איך וועל זיך שוין מסדר זיין אליין, אדער איז אפשר יא דא א וועג אים איבערצורעדן אז ער זאל זיין מער אין שטוב ביי די נעכט.


פארשטייט זיך אז איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איז דא נאך עפעס וואס איך קען טון דערוועגן?


איך וויל אביסל מער ערקלערן מיין מצב, עס איז דא זייער אסאך זאכן מיט וואס מיר זענען נישט אייניג, מסתמא אזוי ווי ביי יעדע פאר-פאלק. ב"ה אז איך האב זיך אויסגעלערנט נישט צו נעמען צום הארץ, נאר זיך מסדר זיין אליין, און קוקן נאר אויף זיינע גוטע זאכן, און ער האט ב"ה אסאך גוטע זאכן. ער איז זייער אן ערליכער, א תלמיד חכם, גוטע מידות, ער נעמט אויף זיך די פולע אחריות פון פרנסה און נאך פיל פיל מעלות. ב"ה.


א גרויסן גרויסן ישר כח אויף אלעס, איך קען נישט גלויבן אז איך האב וועמען צו פרעגן מיינע שאלות. איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפען איינער מיטן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן. אויב מען רעדט נישט, אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן איז דאס איז נישט שלום בית און מען דארף זען ווי אזוי זיך צו עפענען און זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן.


איר האט זיכער שוין געהערט דעם דיבור פון ר' נתן זכרונו לברכה. ווען מען איז אים געקומען דערציילן אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים. איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט, ער רעדט גארנישט, מען הערט נישט פון אים קיין איין ווארט, האט ר' נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; אין דעם ווארט ליגט דעם שליסל פון שלום בית. שלום בית איז נישט פשט אז מען עסט זיך אויף וכו', שלום בית מיינט אז מען רעדט יא, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


בדרך כלל ווען א מענטש רעדט נישט, ער געבט נישט ארויס וואס עס באדערט אים און וואס עס דרוקט אים, ווערט ער מיט די צייט אנגעגעסן אין זיך און ווען ער קען דאס שוין מער נישט נעמען און עס פלאצט אויס - איז זייער נישט גוט; זייער אסאך מאל צעפאלן אידישע שטובער נאר ווייל מען האט נישט גערעדט. מען האט זיך אנגעגעסן איינער אויפן צווייטן ביז מען האט שוין נישט געקענט מער און מען האט אויסגעפלאצט זייער נישט שיין איינער אויפן צווייטן.


איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן מיט אייער מאן נאכאמאל, איר וועט רעדן מיט אים שיינע דיבורים און אים מסביר זיין אז ווען עס קומט ביינאכט פאלט איר פון אייערע כוחות און איר דארפט זיין הילף אין שטוב, איר וועט אים בעטן אז איר קוקט ארויס אויף זיין מיט-ארבעט וכו'. איר וועט אים זאגן: "מיין טייערער מאן, איך קען ניצן דיין הילף ביינאכט, עס איז מיר אסאך גרינגער ווען דו קומסט אהיים", וועט ער אייך זיכער העלפן.


יעדער איינער דארף חיזוק וכו'; געווענליך דארף דער מאן זיין דער וואס איז מחזק די ווייב, אבער א קלוגע פרוי ווארט נישט אויף דעם, נאר זי איז די וואס איז מחזק איר מאן וכו'. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויעט אויף איר הויז; א קלוגע פרוי מאכט זיך א גן עדן פון איר לעבן, זי מאכט פרייליך איר מאן, זי ווארט נישט אויף אים אז ער זאל אנהייבן געבן גוטע ווערטער וכו', נאר זי איז דער וואס געבט גוטע ווערטער און מאכט פרייליך די גאנצע שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עוקצין ג, יב): "לֹא מָצָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלִי מַחֲזִיק בְּרָכָה לְיִשְׂרָאֵל אֶלָּא הַשָּׁלוֹם", ביים אייבערשטן איז דער גרעסטער זאך שלום; וואס מיינט שלום? זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאמען צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים. זאגט דער רבי (שם): "כִּי זֶה הַמַּלְאָך מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען. זעט מען אז דאס איז דער עיקר פון שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיי"ש.


יעדער מענטש האט זיינע נאטורן און זיין וועג ווי אזוי ער טראכט, קיין איין מענטש טראכט נישט ווי דער צווייטער אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לח.): "לְהַגִּיד גְּדוּלָּתוֹ שֶׁל מֶלֶך מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, שֶׁאָדָם טוֹבֵעַ כַּמָּה מַטְבְּעוֹת בְּחוֹתָם אֶחָד וְכוּלָּן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא טוֹבֵעַ כָּל אָדָם בְּחוֹתָמוֹ שֶׁל אָדָם הָרִאשׁוֹן וְאֵין אֶחָד מֵהֶן דּוֹמֶה לַחֲבֵירוֹ", ווען א מענטש מאכט א זאך קען ער מאכן א פארעם דערפון און נוצן דעם פארעם נאכצומאכן די זעלבע זאך און אלעס וואס ער מאכט מיט דעם פארעם זעט אויס די זעלבע, אבער דער אייבערשטער האט באשאפן אן א שיעור מענטשן אויף דער וועלט, אלע זעהן אויס ווי אדם הראשון אבער קיין איינער זעט נישט אויס גענוי ווי דער אנדערער און זיכער טראכט נישט איינער ווי דער צווייטער.


ביי איין פארפאלק איז דער מאן פייער און די ווייב וואסער, און ביי איינעם איז פארקערט - זי איז פייער און ער איז וואסער, שלימות איז ווען ביידע ווילן איין זאך, אויפשטעלן א ערליכע שטוב, ערליכע אידישע דורות, קינדער און קינדס קינדער וואס וועלן דינען דעם הייליגן באשעפער.


דערפאר זאלט איר זיך שטארקן אז איר האט א מאן א תלמיד חכם מיט גוטע מידות, א ירא שמים, און ער זארגט פאר אייער שטוב פאר די פרנסה. איר זאלט ווייטער מתפלל זיין אויף אלעס וואס איר דארפט און געדענקט וואס דער תם פלעגט זאגן פארן חכם ווען דער חכם האט אים געוואלט אויפדרינגען אז ער קען נישט צו קומען צו זיין זאך, ער פלעגט אים ענטפערן מיט תמימות ופשיטות: "ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, קען זיין מיט איין אויגן בליק אז איך זאל צו קומען צו דיין זאך", ווייל מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס באקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.