תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ווי אזוי קען איך פילן עכטע אמת'ע פרייליכקייט, אפילו ווען זאכן גייען מיר שווער, און איך בין נישט אזוי צופרידן מיט מיינע עלטערן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה, ווייל דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק אויף דעם, דער יצר הרע זוכט אלע וועגן ווי אזוי אוועק צו נעמען די שמחה פונעם מענטש און אים אריינווארפן אין עצבות און מרה שחורה.
בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפילה:
"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל שפירן פרייליך אין מיין גאנצע קערפער אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז די פיס, אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.
אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער, נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליין, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.