תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר אלעמאל, די חיזוק און דרשות געבן מיר לעבן.
איך פרוביר שטארק צו זיין פרייליך, און איך האף אז איך וועל ווערן נאך מער פרייליך, ווייל איך וויל זוכה זיין צו האבן נאר ריינע מחשבות.
עס גייט מיר זייער שווער, ווען איך זע א מענטש, סיי ווער ס'זאל נאר זיין, הויבט מיין קאפ אן צו פארן גלייך אויף נישט א גוטע ריכטונג, גלייך צו שלעכטע געדאנקען, און איך קען זיך ממש נישט העלפן, עס שטערט מיר זייער שטארק, איך וויל זיין א פשוטער ערליכער איד.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"א סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
...
איך האב ערהאלטן די בריוו.
דיינע שלעכטע מחשבות קומען פון דיין עצבות, ווען מען איז בעצבות קומען שלעכטע מחשבות און מען קען זיי נישט פארטרייבן, ווייל די עצבות און מרה שחורה געבט כח פאר די שלעכטע מחשבות.
שטארק זיך, זיי פרייליך, טראכט פון פאזעטיווע זאכן, טראכט פונעם אייבערשטן, און ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו טראכטן ווי גוט דער אייבערשטער איז צו דיר; דו האסט געזונטע פיס צו גיין, דו האסט אזויפיל גוטע זאכן; דעמאלט וועסטו קענען זיין בעל הבית אויף דיינע מחשבות, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כב, דף סז.): "וְאַתְוָון בְּשִׂמְחָ"ה אִיהִי מַחֲשָׁבָ"ה", 'מחשבה' איז די אותיות 'בשמחה'; דורך זיין פרייליך האט מען גוטע מחשבות, פאזעטיווע מחשבות.
ווארף אוועק די מרה שחורה, ווארף אוועק די עצבות, זוך אין דיר א גוטע זאך, זוך נקודות טובות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י'), פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית, און פארוואס האבן מענטשן נישט קיין ישוב הדעת? ווייל מען איז נישט פרייליך, און ווען מען איז נישט פרייליך איז שווער צו קענען טראכטן נארמאל, מען קען נישט טראכטן גוט, די קאפ לויפט נעגעטיוו, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען מען איז פרייליך, זענען די מחשבות מסודר און מיושב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.