תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך ווער כסדר נתפעל פון די פשוטע און פראקטישע מהלך המחשבה פון מוהרא"ש, און ווי דער ראש ישיבה שליט"א האלט זיך ווייטער אויף דעם דרך, צו ענטפערן מיט אזא שכל הישר.
איך וויל פרעגן א כלליות'דיגע שאלה אין שלום בית, וואס צו טון ווען די ווייב איז פארנומען ביז איבער'ן קאפ מיט די שטוב ארבעט. די שאלה איז בעיקר נוגע פאר פסח, אבער אויך אין אנדערע צייטן.
איך קום אהיים און איך זע ווי די שטוב פליעט, און מיין ווייב איז פארנומען מיט די שטוב ארבעט און איז אנגעצויגן ביז איבער'ן קאפ, וואס דארף איך דעמאלט טון? איך קען נישט צולייגן סתם אזוי א האנט, ווייל איך ווייס נישט פונקטליך וואו זי האלט מיט די זאכן, און זי האט נישט קיין צייט און געדולד מיר מסביר צו זיין וואס מ'דארף יעצט טון; סתם שטיין אין די זייט און זיך אראפזעצן, שפיר איך אז ס'טוט איר זייער וויי אז זי ארבעט אזוי שווער און איך רוה זיך אפ; אליין צולייגן א האנט און פרובירן זיך פארצושטעלן וואס מ'דארף צו טון יעצט, איז אויך א שווערע זאך; איר זאגן "וואה! דו ארבעטס אזוי שווער!", בשעת די הויז פליעט, איז דאך ווייטער נישט קיין אפציע. און אסאך מאל שפיר איך אז איך מוז פשוט זיך אהערשטעלן אזוי ווי איך בין אויך אנגעצויגן אזויווי איר, סתם צו ווייזן אז איך בין איר אויף איין בלאט.
איך טראכט צומאל אז איך וואלט געדארפט אמאל מיטהאלטן די גאנצע שטוב ווירטשאפט, פון צופרי ביז ביינאכט, אזוי וועל איך וויסן און פארשטיין ווי אזוי ס'ארבעט, און איך וועל קענען העלפן ווען ס'פעלט אויס; אבער איך ארבעט שווער א גאנצן טאג, און איך וועל דאס נישט קענען באווייזן.
איך שטעל זיך פאר אז נאך מענטשן האבן דעם זעלבן פראבלעם, און איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן א פראקטישע הדרכה, אויף למעשה, איך האלט שוין נאכ'ן מתפלל זיין צום אייבערשטן אויף דעם ענין.
יישר כח, אלישע
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד אלישע נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לעבן בשלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ט, ט): "גָּדוֹל שָׁלוֹם, שֶׁשֵּׁם הַגָּדוֹל שֶׁנִּכְתַּב בִּקְדֻשָּׁה - אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא - יִמָּחֶה בַּמַּיִם כְּדֵי לְהַטִּיל שָׁלוֹם בֵּין אִישׁ לְאִשְׁתּוֹ", ביים אייבערשטן איז אזוי חשוב עס זאל זיין שלום, אז דער אייבערשטער האט געשריבן אין די תורה מען זאל אויסמעקן זיין הייליגן נאמען אבי עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב.
אזוי אויך דערציילן די הייליגע חכמים (ויקרא רבה שם, שם): "רַבִּי מֵאִיר הֲוָה יָתִיב וְדָרִישׁ בְּלֵילֵי שַׁבַּתָּא, הֲוָה תַּמָּן חָדָא אִתְּתָא יַצִּיבָא וְשָׁמְעָה לֵיהּ תָּנְתָא מִדְרָשָׁא", עס איז געווען א פרוי וועלכע פלעגט גיין יעדע פרייטאג צו נאכט'ס צום שיעור וואס דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס פלעגט געבן, "אַמְתִּינַת עַד דִּיחֲסַל מִמִּדְרָשׁ", איין וואך האט דער תנא רבי מאיר אריינגעצויגן די שיעור אביסל שפעט און די פרוי האט געטראכט אז זי וועט אויסווארטן ביז ער ענדיגט דעם שיעור. "אָזְלָה לְבֵיתָהּ, אַשְׁכְּחָא בּוּצִינָא טָפֵי", ווען זי איז אהיים געקומען איז שוין געווען טונקל אין שטוב, די ליכט האבן זיך שוין געהאט אויסגעלאשן, "אֲמַר לָהּ בַּעְלָהּ, אָן הֲוֵית", ווען איר מאן האט איר געפרעגט: וואו ביסטו געווען? "אָמְרָה לֵיהּ אֲנָא יָתִיבָא וְשָׁמְעָה קָלֵיהּ דָּרוֹשָׁה", האט זי געענטפערט: ביים שיעור פון הייליגן תנא רבי מאיר, "אֲמַר לָהּ כֵּן וְכֵן לָא אִעַיַּלְתְּ לְהָכָא עַד דַּאֲזַלְתְּ וְרוֹקַת בְּאַנְפֵּי דָרוֹשָׁה", איר מאן איז געווען א שלעכטער מענטש, א כעסן, א לץ; האט ער איר געזאגט: דו קענסט נישט אריין קומען אין שטוב ביז ווילאנג דו גייסט שפייען אויפן פנים פונעם בעל דרשן, און ער האט פארמאכט די טיר. "יְתִיבָא שַׁבַּתָּא קַמַּיְיתָא תִּנְיָנָא וּתְלִיתָא, אֲמָרִין לָהּ מְגֵירָתָא כַּדּוּ אַתּוּן צְהִיבִין, אֲתֵינָן עִמָּךְ לְגַבֵּי דָּרוֹשָׁה", די פרוי איז געווען א ערליכע פרוי און זי האט געטראכט צו זיך: 'ענדערש וועל איך בלייבן אינדרויסן ווי איידער מבזה זיין דעם הייליגן תנא רבי מאיר', און זי איז געגאנגען צו א חבר'טע שלאפן, אזוי זענען אריבער אפאר וואכן וואס זיי זענען געווען צעטיילט. "כֵּיוָן דְּחָמֵי יַתְהוֹן רַבִּי מֵאִיר צָפָה בְּרוּחַ הַקֹּדֶשׁ", דער הייליגער תנא רבי מאיר בעל הנס האט דאס געזען מיט רוח הקודש, "אֲמַר לְהוֹ אִית מִנְּכוֹן אִתְּתָא דְּחַכִּימָא לְמִלְחַשׁ בְּעֵינָא", האט ער ארויס געלאזט א שמועה אז זיין אויג טוט אים וויי, ער שפירט ווי עס ברענט אים, און ווער עס קען לוחש זיין אויף דעם זאל קומען. (אמאל איז געווען אזא רפואה, אז מען פלעגט שפייען אויפן אויג און זאגן עפעס ווערטער, און אזוי איז מען אויסגעהיילט געווארן).
"אֲמָרִין לָהּ מְגֵירָתָא כַּדּוּ אַתְּ אָזְלַת וְרוֹקַת בְּאַנְפֵּיהּ וְתִשְׁרֵי לְבַעֲלִךְ", האבן די חבר'טעס געזאגט פאר די פרוי: גיי שפיי אריין אין רבי מאיר'ס אויג, אזוי וועט דיין מאן מאכן שלום מיט דיר. "כֵּיוָן דְּיָתְבָא קַמֵּי אִידְחִילַת מִינֵיהּ, אֲמָרָה לֵיהּ רַבִּי לֵית אֲנָא חַכִּימָא לְמִילְחַשׁ עֵינָא, אֲמַר לָהּ אֲפִלּוּ הָכֵי רוֹקִי בְּאַנְפִּי שְׁבַע זִמְנִין וַאֲנָא מִינְשִׁים", איז זי געגאנגען, און רבי מאיר פרעגט איר: דו קענסט לוחש זיין? האט זי זיך דערשראקן און געזאגט דעם אמת אז זי קען נישט. האט איר רבי מאיר געזאגט: דעמאלט שפיי אריין זיבן מאל אויף מיין פנים, אזוי וועל איך האבן א רפואה, "עָבְדָה הָכִין. אֲמַר לָהּ אִיזִילִי אִמְרִי לְבַעֲלִיךָ אַתְּ אֲמַרְתְּ חָדָא זִימְנָא וַאֲנָא רָקֵית שְׁבַע זִימְנִין", און זי האט אזוי געטון. האט איר רבי מאיר געזאגט: גיי אהיים און זאג פאר דיין מאן: דו האסט מיר געהייסן שפייען איינמאל, אבער איך האב געשפיגן זיבן מאל.
"אָמְרוּ לוֹ תַּלְמִידָיו רַבִּי כָּךְ מְבַזִּין אֶת הַתּוֹרָה, לָא הֲוָה לָךְ לְמֵימַר לְחַד מִינָן לְמִלְחַשׁ לָךְ", האבן די תלמידים געפרעגט: איז דאס כבוד התורה? פארוואס האט אונז נישט דער רבי געזאגט אז דער מענטש האט געהייסן זי זאל שפייען אויפן רבי'ן, מיר וואלטן אים מסדר געווען ער זאל זיך נישט ווייגן אזאנס צו טון?! "אֲמַר לְהוֹ לָא דַּיּוֹ לְמֵאִיר לִהְיוֹת שָׁוֶה לְקוֹנוֹ, דְּתָנֵי רַבִּי יִשְׁמָעֵאל גָּדוֹל שָׁלוֹם שֶׁשֵּׁם הַגָּדוֹל שֶׁנִּכְתַּב בִּקְדֻשָּׁה אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִמָּחֶה עַל הַמַּיִם בִּשְׁבִיל לְהַטִּיל שָׁלוֹם בֵּין אִישׁ לְאִשְׁתּוֹ", האט רבי מאיר געזאגט: דער אייבערשטער האט געהייסן מען זאל אויסמעקן זיין נאמען אבי צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב, איז דאך זיכער אז רבי מאיר'ס נאמען זאל אויסגעמעקט ווערן אבי צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב; זעט מען ווי חשוב עס איז אז עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב.
לייג אוועק אלע דיינע נארישע חכמות המדומות און טו צו די זאך; מאך זיך נישט פאר אזא בטלן, אז דיין ווייב איז אנגעשטרענגט מיט די שטוב ארבעט זאלסטו איר העלפן. מיט דעם וואס דו העלפסט איר העלפסטו זיך אליינס; דו טוסט קיינעם נישט קיין טובות נאר פאר זיך. ווייל דורכדעם וואסטו האבן א געזונטע ווייב, א רואיגע ווייב און א פרייליכע ווייב.
עס זענען דא יונגעלייט וואס טוען א גאנצע טובה מיט'ן העלפן אין שטוב, נאכדעם דארפן זיי שוין א באלוינונג פון די ווייב פארן העלפן אביסל, זיי דארפן שוין רשות ארויס צו לויפן פון שטוב פאר'ן העלפן אפאר מינוט. אנשטאט טראכטן: 'די גאנצע ארבעט וואס זי טוט וואלט איך ווען געדארפט טון, נאר געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב א ווייב וואס העלפט מיר גרינגער מאכן די ארבעט, איך דארף באמת טראכטן מיט וואס איך קען באלוינען מיין ווייב פאר'ן מיר העלפן וכו''.
איך בעט דיר נאכאמאל, לייג אוועק דיין פילאזאפיע און העלף איר מיט דיין גאנצע הארץ; שטעל נישט קיין פנים ווי א בטלן און מאך עס נישט אזוי שווער. עס איז שווער ווי לאנג מען האלט נישט דערביי און כל זמן מען וויל שוין ארויסלויפן וכו', אבער אז דו וועסט קוקן אויף די שטוב ארבעט ווי עס איז דיין עול וועסטו שוין פונקטליך וויסן וואס דו האסט צו טון.
דאס וואס דו שרייבסט אז "דו האלסט שוין נאך תפילה" איז געשריבן אן טראכטן. ווייל מען דארף א גאנץ לעבן דאווענען מען זאל האבן שלום בית און וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט'ן ווייב; יעדן טאג דארף מען קומען צום אייבערשטן פון פריש כאילו מען האט נאך נישט געבעטן אויף דעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.