שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי שטארק איך זיך צו געבן גוטע ווערטער פאר מיין ווייב?
שלום בית, עצתו אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר מחזק טאג טעגליך, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א לערן איך יעדן טאג גמרא און משניות, און איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן.


איך האב ליידער נישט אזא גוטע שלום בית, אזוי ווי איך האב נישט געהאט קיין גוטע חתן מדריך, וואס האט מיר נישט ריכטיג אויסגעלערנט ווי אזוי צו האנדלען מיט א ווייב.


איך האב נאך אין אנהויב געשפירט אז איך האב נישט באקומען קיין ריכטיגע הדרכה, און נאך ביז היינט איז מיר שווער ווי קריעת ים זאגן צו זאגן פאר מיין ווייב א פשוטע גוט ווארט, ווי למשל "איך האב דיר ליב", און אזוי ווייטער. איך ווייס אליין נישט פארוואס, אבער די ווערטער קענען ממש נישט ארויסקומען פון מיין מויל.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן אן עצה וואס צו טון.


ביטע נישט לייגן די שאלה אין "עצתו אמונה".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די זאך אז עס איז דיר שווער צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב, דו קענסט נישט ארויסרעדן פון מויל פשוט'ע ווערטער צו דיין ווייב - דאס איז נישט דער פראבלעם פון דיין חתן מדריך, מען דארף נישט קיין חתן מדריך צו וויסן אז מען דארף געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב, דאס איז א שכל'דיגע זאך צו געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב, צום ביישפיל: "איך האב דיר ליב", "ביסט אזוי שיין", "ביסט מיין לעבן", וכדומה לזה.


אז דו ווילסט קענען רעדן צו דיין ווייב, דו ווילסט איר קענען געבן גוטע ווערטער - זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות. געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס ליגט אויף דיין הארץ; אז דו וועסט רעדן צום אייבערשטן וועסטו קענען רעדן צו מענטשן, רעדן צום אייבערשטן געבט זעלבסטזיכערקייט, עס העלפט אז דער מענטש זאל זיך קענען עפענען.


דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלב) עס איז געווען איינער פון אנשי שלומינו וואס פלעגט קומען אסאך צום רבי'ן, ער האט געהאט זאכן וואס ער האט געוואלט רעדן מיט'ן רבי'ן, אבער ער האט זיך נישט געקענט עפענען דאס מויל צו רעדן מיט'ן רבי'ן וואס ליגט אים אלץ אויפ'ן הארץ, ביז איין מאל איז אים אויסגעקומען צו באדינען דעם רבי'ן, ער האט געטראכט 'יעצט וועל איך רעדן, איך וועל אלעס דערציילן דעם רבי'ן', אבער די מויל האט זיך אים נישט געעפנט. דער רבי איז דעמאלט געווען אויפ'ן וועג אהיים פון זיך וואשן לכבוד שבת, דער רבי האט אים געבעטן ער זאל אים געבן די שיך אנצוטון, פלוצלונג רופט זיך דער רבי אן (פון זיך אליינס): "געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, נאכדעם וועסטו קענען רעדן מיט מיר".


פארוואס זאלסטו נישט נעמען די עצה פון התבודדות? די עצה איז אן עצה פאר אלע פראבלעמען; וואס עס גייט אריבער, יעדע שווערע זאך - רעדט מען אויס צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן, אזוי ווי אן ארעמאן בעט זיך מען זאל אים העלפן.


אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם פרט טאג נאך טאג, וועסטו זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


איך לייג יא אריין די שאלה אין ספר עצתו אמונה, פארוואס זאלן נישט נאך מענטשן מיט'ן זעלבן פראבלעם האבן אן עצה אויף דעם? זייער אסאך וואס שרייבן זייערע שאלות בעטן מען זאל נישט אריין לייגן זייער שאלה און תשובה אין ספר עצתו אמונה, אויב איז דאס א שאלה און תשובה וואס אנדערע קענען הנאה האבן און נעמען חיזוק, נעם איך ארויס די פרטים פון די שאלה אז קיינער זאל נישט כאפן פון וועם מען רעדט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.