תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך פרוביר צוריק צו קומען צו אידישקייט, צו זיין א פשוטער איד. איך האב זיך ברוך ה' אויסגעלערנט אז עס מאכט נישט אויס וואס עס איז געווען ביז יעצט און וואס עס וועט זיין שפעטער, דער עיקר איז צו קוקן אויף די יעצטיגע מינוט, און דאס העלפט מיר אסאך ארויס.
ווען עס קומט אבער צום שבת קודש מוטשע איך זיך זייער שטארק, איך וויל היטן שבת, אבער איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר אן זייער שווער, איך שפיר ווי איך קען דאס נישט באווייזן. איך רעד צום אייבערשטן, איך שריי און איך וויין צו אים, אבער למעשה ווערט מיר נאר שווערער און שווערער יעדן שבת. איך שפיר יעדן שבת ווי איך ווער מער און מער אוועקגעשטופט אלץ ווייטער און ווייטער.
איז דא עפעס הדרכה און עצות וואס דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אויף דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כה, יב): "אִם תִּזְכּוּ לִשְׁמֹר שַׁבָּת מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִלּוּ שְׁמַרְתֶּם כָּל הַמִּצְווֹת שֶׁבַּתּוֹרָה, וְאִם חִלַּלְתֶּם אוֹתָהּ מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִלּוּ חִלַּלְתֶּם כָּל הַמִּצְווֹת", ווער עס היט שבת איז אזוי ווי ער היט אפ די גאנצע תורה, און אויב חס ושלום מען היט נישט שבת - לייקנט מען בכל התורה כולה; היטן שבת איז אזוי גרויס אז ווער עס היט שבת - איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ, אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", ווער עס היט שבת, אפילו ער האט געדינט עבודה זרה - איז אים דער אייבערשטער מוחל, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נו, ב): "'אַשְׁרֵי אֱנוֹשׁ יַעֲשֶׂה זֹּאת וּבֶן אָדָם יַחֲזִיק בָּהּ, שֹׁמֵר שַׁבָּת מֵחַלְּלוֹ, וְשֹׁמֵר יָדוֹ מֵעֲשׂוֹת כָּל רָע', אַל תִּקְרֵי מֵחַלְּלוֹ אֶלָּא מָחוּל לוֹ".
היט שבת - וועסטו האבן אלעס גוטס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת, שם): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ נַחֲלָה בְּלִי מְצָרִים", ווער עס איז זיך מענג שבת, ער האט פארגענוגן שבת - געבט מען אים פון הימל גוטס אן קיין ענדע, נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ מִשְׁאֲלוֹת לִבּוֹ", ווער עס פריידט זיך שבת - געבט מען אים פון הימל אלעס וואס ער באגערט.
בעט דעם אייבערשטן די תפילה, און לייג צו דיינע אייגענע ווערטער - וועסטו זוכה זיין צו היטן שבת און שפירן א טעם אין שבת:
"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען היטן שבת, איך זאל מיך פרייען שבת; איך האב אזעלכע שווערע נסיונות. יעדע שבת ווערט מיר אזוי ביטער שווער, איך ווער אזוי צעבראכן און דערביטערט אז איך פארליר מיין שכל און איך בין מחלל שבת; הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל היטן שבת, איך בעט דיר הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, איך זאל זיין פרייליך, איך זאל ליב האבן שבת".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.