שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי האט מען שטארקע קאנפידענס אין ביזנעס?
אמונה, פרנסה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה, "עס איז נישט ריכטיג וואס דו זאגסט אז בעטן מענטשן מען זאל דיר שיקן ארבעט - איז א חסרון אין אמונה; בעטן מענטשן זאלן געבן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אין אמונה, עס איז א חסרון אין קאנפידענס, א חסרון אין גלייבן אין זיך; מען מעג בעטן און מען דארף בעטן פאר ארבעט".


אפשר קען מיר די ראש ישיבה געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן און האבן די קאנפידענס און גלייבן אין זיך. איך האב שוין געליינט צענדליגע ביכער איבער דעם, געצאלט טייער געלט פאר קורסעס, אבער עס האט מיר גארנישט געהאלפן, איך בין זיכער אז דער ראש ישיבה האט גוטע עצות וואס ארבעטן יא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קאנפידענס באקומט מען דורך אמונה, ווען מען האט א שטארקע אמונה מאכט דאס מען זאל זיין זיכער מיט זיך אליינס. ווען מען געדענקט פונעם איבערשטן, מען ווייסט קלאר אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער און אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס; אלעס וואס מיר זעען און אלעס וואס מיר זעען נישט, איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך - דאס געבט א שטארקייט מען זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, מען זאל זיין זיכער מיט זיך.


דו זאגסט אז דו האסט געליינט צענדליגער ביכער און געצאלט שווערע געלטער צו וויסן און זיך לערנען ווי אזוי צו האבן קאנפידענס, דאס איז א גרויסער פראבלעם; די ביכער וואס דו האסט געליינט - דאס איז וואס פארשטעלט דיר פון האבן אמונה אינעם אייבערשטן, די ביכער זענען געבויט אויף חנופה, זיי לערנען אויס ווי אזוי מען קען יענעם חנפה'נען, ווי אזוי מען קען זיין געלונגען מער פון יענעם, געפעלן פאר יענעם וכו' וכו', אלעס צו פארשטעלן דעם אייבערשטן.


יעצט אז דיין קאפ איז דיר אנגעפילט מיט גוי'שע ביכער - זאלסטו אסאך לערנען ספר אשר בנחל, דאס וועט דיר אויסוואשן דיין קאפ, עס וועט אריינגיין אין דיר א רוח טהרה, דו וועסט אנהייבן שפירן די ליכטיגקייט, די זיסקייט, די איינגענעמקייט און די געשמאקע טעם פון אייבערשטן. עס וועט ווערן ביי דיר קלאר אז קיינער קען נישט אליינס נעמען פרנסה, קיינער קען נישט צונעמען פרנסה, נאר וואס דער אייבערשטער געבט - דאס האט מען, ווי מער דו וועסט לערנען די בריוו - אלץ מער וועסטו באקומען א קלארע אמונה, דו וועסט ווערן זיכער מיט זיך.


ווען דו רעדסט מיט מענטשן, דו פרובירסט מאכן ביזנעס מיט מענטשן, זאלסטו אלץ געדענקען אז געלט געבט דער אייבערשטער, פרנסה קומט נאר פון אים; 'דאס וואס איך זוך פרנסה, דאס וואס איך פרוביר רעדן מיט דעם מענטש - דאס טו איך ווייל דער אייבערשטער האט מיר געהייסן איך זאל טון עפעס פאר פרנסה; נישט דער מענטש גייט מיר געבן פרנסה און נישט יענער וועט מיר געבן פרנסה'. אזוי זאלסטו זיך חזר'ן, דאס וועט דיר מאכן שטארק, דו וועסט נישט ווערן דערשראקן, דו וועסט נישט זוכן יענעם צו חנפה'נען - אזוי וועסטו מצליח זיין.


נאך אן עצה פאר פרנסה בשפע, זיי מכבד דיין ווייב; רעד שיין צו איר, האב געדולד צו אירע זאכן און ווער נישט נערוועז אין שטוב, דאס וועט דיר געבן גרויסע שפע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הַמָּמוֹן שֶׁל הָאָדָם, בָּא לוֹ עַל יְדֵי בַּת זוּגוֹ", די עיקר געלט קומט פון די ווייב; אז מען איז מכבד די ווייב - האט מען שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.