תוכן השאלה
יישר כח פאר אייערע שיעורים, איר האט געטוישט מיין לעבן.
את חטאי אני מזכיר, איך בין אויך געווען פין די וואס האבן ר"ל געלאכט פין היכל הקודש, אבער עס איז געקומען פון נישט וויסן וואס היכל הקודש פארקויפט. עס איז דא א ווארט אין ענגליש: א נאר זאגט ניין פאר'ן וויסן, מיט'ן חשבון אז בעסער זאל דער פארקויפער פארלירן, אבער דאס איז זיכער אז ער אליין האט נישט פארדינט. אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו, ביז דו קומסט אן צו זען אויף וועלכע יסודות ער שטייט.
איך פרוביר צו גיין אין די דרכים וואס איר לערנט אונז. איך בין א נייער מענטש, אנשים אשר עשה בחרן, איר האט מיר ממש איבערגעמאכט.
יעצט צו מיין שאלה; דער אלטער 'איך', האט אסאך געזינדיגט ר"ל, בחסדי השם האט מיין ווייב עס אויפגעדעקט דורך קוקן אין מיין טעלעפאן. עס איז נישט געווען גרינג, איך האב מיך אבער אינגאנצן געעפענט פאר איר, און מיר זענען געגאנגען צו א מומחה וואס האט אונז זייער געהאלפן. ברוך השם אז די קדושה האלט אן ביז איצט, באשעפער העלף מיך עס זאל ווייטער אנהאלטן. אויך לגבי שלום בית האט זיך געטוישט פון פארדעם ווען איך האב דוקא אוועקגעקוקט פון איר, אז מיין לעבן זאל נישט שטערן מיין ווייב'ס, צו יעצט ווען איך וויל דוקא איר אנקוקן און זען ווי אזוי איך קען בעסער מאכן איר לעבן.
אין די לעצטע וואך, נאכדעם וואס איך האב זיך אפאר מאל פארלוירן אין געשריגן אויף איר [איך ווייס אז שרייען איז אויף קיין פאל נישט בארעכטיגט] האט זי געסטראשעט אז זי גייט נישט אין וכו', ווי לאנג איך האב א טעלעפאן מיט טעקסט [וואס דאס איז געווען ווי אזוי איך בין אמאל דורך געפאלן], און איך שפיר נישט גרייט אויף דעם [איך האב געבלאקט די שלעכטע קשרים].
זי זאגט אז זי שפירט נישט רואיג אז איך וועל נישט צוריק פאלן. [ווער קען דען זיין רואיג אויף דעם? איך בעט השי"ת ביי יעדע תפילה אז ער זאל מיר געבן כח זיך צו זיך האלטן בקדושה, און מיר נישט געבן קיין נסיונות]. אזוי אויך דערמאנט זי מיר ווי דער אלטער 'איך' האט איר שלעכט באהאנדעלט.
איך וויל ווערן אנגעקוקט ווי א נייער מענטש, וואס איך שטרענג זיך איבער צו זיין ערליך און גוט. טייערער ראש הישיבה, ווי אזוי זאל איך דאס באהאנדלען?
און אויב מעגליך אויך א ווארט פאר מיין טייערע ווייב, זי וועט אי"ה אויך ליינען די בריוו.
נאכאמאל א יישר כח פאר'ן מיר געבן א נייער לעבן.
נ. ג.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד נ. ג.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי דער וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה"; ווייל אז מען געדענקט אלע פראבלעמען קען מען נישט אנהייבן פון דאסניי צו דינען דעם אייבערשטן, דערפאר - זאגט דער רבי - דארף א מענטש זיך שטענדיג באנייען און פארגעסן וואס עס איז געווען און נישט קוקן אויף צוריק.
אזוי אויך ווען עס קומט פאר עפעס צווישן מאן און ווייב, טאר מען נישט ארויף ברענגען אלטע זכרונות איינער פארן צווייטן, ווייל דאס מאכט אז מען זאל ווערן צעבראכן און מען זאל נישט קענען אנהייבן פון דאסניי. למשל, דער מאן טאר נישט דערקוטשען זיין ווייב מיטן דערמאנען אלטע זאכן פון נאך די חתונה ווען זי האט נאך נישט געוואוסט ווי אזוי מען פירט זיך וכו'; קודם כל דארף מען וויסן אז דאס איז א לאו אין די תורה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ויקרא כה, יז): "וְלֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ, וְיָרֵאתָ מֵאֱלֹהֶיךָ", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בבא מציעא נח:): "אִם הָיָה בַּעַל תְּשׁוּבָה, אַל יֹאמַר לוֹ: 'זְכוֹר מַעֲשֶׂי הָרִאשׁוֹנִים'", זאג נישט פאר א בעל תשובה: "געדענקסט נאך ווען דו האסט געטון עבירות?" דערפאר בעט איך דיר, הער אויף איבערקייען אלטע ווייטאגן; הער אויף איבער צו זאגן, צעגערן און רודפ'ן דיין ווייב מיט אלטע מעשיות, "געדענקסט האסט מיר דעמאלט וויי געטון", "געדענקסט אמאל האסטו געטון דאס און דאס", ווייל אז מען רייסט אראפ א מענטש מיט זיינע אלטע מעשים העלפט עס נישט אויף להבה, אז דער מענטש זאל זיך טוישן צום גוטן, נאר פארקערט, עס מאכט אז דער מענטש זאל צעקלאפט ווערן וכו'.
דערפאר פאלן היינט אוועק זייער אסאך קינדער פון אידישקייט, ווייל ווען דער בחור איז שוין מחליט אז ער וויל ווערן גוט, קומט צוגיין וכו' און זאגט אים: "דו מיינסט אז דו קענסט ווערן גוט, דו האסט דאך געטון דאס און דאס!" און ער רעכענט אים אויס אלע זיינע שלעכטע מעשים וואס ער האט געטון ביז יעצט, ביז דער קינד איז מחליט אז ער גייט אפילו נישט פרובירן צו זיין גוט.
א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן וויינען אז זיין טאכטער איז פארלוירן געווארן, און נאך א שטיק צייט וואס זי איז נישט אהיים געקומען, איז ער געוואויר געווארן אז דער גלח האט איר פארכאפט, וואס קען ער יעצט טון, ווי אזוי נעמט ער איר ארויס פון דארט? האט אים דער רבי געהייסן אז ער זאל מיט נעמען מיט זיך צוויי מענטשן מיט א וואגן וואס איז גוט פארמאכט, און ער זאל אריבער פארן דעם גלח'ס הויז, און דאס מיידל וועט דעמאלט שטיין אינדרויסען, און ווען זי וועט אים זען וועט זי גלייך לויפן צו אים, און ער זאל איר אריין נעמען אינעם וואגן און גלייך אנטלויפן פון דארט מיט איר, וכך הוה; און דער רבי האט גלייך געמאכט א שידוך פאר דאס מיידל מיט א בחור וואס האט געוואוינט אין דעם דארף, דער בחור איז געווען א פשוט'ער בחור א שוסטער, און דער רבי האט אים געזאגט בזה הלשון: "איך בעט דיר זייער שטארק אז דו זאלסט קיינמאל נישט דערמאנען דיין ווייב די מעשה וואס זי האט געהאט מיטן גלח" - אז זי איז נכשל געווארן מיט אים וכו', און אז זי האט זיך געוואלט שמד'ן השם ירחם, און דער רבי האט אים געגעבן א צוזאג אז אויב ער וועט איר נישט טשעפען מיט די אלטע מעשה וכו', זאגט ער אים צו אז ער וועט האבן גוטע קינדער; וכך הוה, דער איד האט זוכה געווען צו קינדער צדיקים און גרויסע רבנים.
איך זאג דיר, אז דעם רבינ'ס ברכה גייט נאך אן היינט; אז דו נעמסט זיך פאר מהיום אז דו וועסט אויף הערן צו טשעפען דיין ווייב מיט אלטע מעשיות, און זי וועט דיר נישט טשעפען מיט אלטע זאכן פון דיר, וואס דו האסט נישט געוואוסט ווי אזוי מען פירט זיך וכו', וועט איר אויך זוכה זיין צו קינדער צדיקים, אבער אז דו וועסט איר ווייטער דערקוטשען און ווייטער טשעפען מיט מעשיות פון אמאל וכו', וועסטו האבן בנים שוטים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן".
בנוגע א פרוי וואס וויל נישט גיין וכו', ליידער ליידער זענען דא שלעכטע מדריכים וואס לערנען אויס פאר פרויען - כלה'ס אז מען זאלן נישט גיין וכו', און מיט דעם סטראשענען זייער מאן וכו'; קודם כל דארף מען וויסן אז דאס איז זייער א גרויסע עבירה, א פרוי וואס האלט אפ מצוות עונה דורכדעם וואס זי גייט נישט וכו', ווייל זי וויל אפטון איר מאן, וועט באקומען זייער א גרויסע שטראף רח"ל. צווייטענס; מען טוט זיך אליינס אפ, ווייל ווען זי וועט עס שוין דארפן וכו', און זי וועט שוין יא גיין וכו', ווער זאגט אז איר מאן וועט בכלל וועלן קוקן אויף איר, אפשר וועט ער איר געבן פון די זעלבע מעדיצין וואס זי האט אים געגעבן. איך אליין ווייס מעשיות וואס האבן זיך אזוי געענדיגט ה"י.
דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו סטראשען מיט אפהאלטן פון זיין צוזאמען וכו'; און וואס א פרוי וויל פועל'ן ביי איר מאן קען מען פועל'ן מיט גוטן. דער אייבערשטער האט באשאפן פארן מענטש א מויל מיט א צונג פאר א סיבה - מען זאל רעדן איינער מיטן צווייטן, אויב עפעס באדערט פארן ווייב זאל זי עס שיין אויס שמועסן מיט איר מאן, און אויב עס באדערט עפעס פארן מאן זאל ער עס שיין אויס שמועסן מיט זיין ווייב, אז מען רעדט קען מען אלעס פועל'ן, און אז מען פועל'ט נאך אלץ נישט, קען מען זיכער נישט פועל'ן מיט סטראשען און בלאזן, עס וועט נאר ערגער מאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.