שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך וויל זיך שוין גט'ן
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך, און יעצט צום ענין. איך בין זייער צובראכן פונעם מצב אין אונזער שטוב. עס איז קיין שטוב נישט! איך האלט מער נישט אויס פון מיין מאן, ער איז נישט אינטערעסירט אין גארנישט.


איך האב אים זייער ליב געהאט אלע יארן, איך האב אזויפיל געטון פאר אים, געגעבן, נאכגעגעבן, געהאלפן, און אזויפיל מתפלל געווען, בשעת ווען ער פלעגט מיר אוועקמאכן די גאנצע צייט. איך בין שוין פארמאטערט און איך קען נישט טרעפן די כוחות ווייטער אנצוגיין. איך שפיר זיך ווי א פארוועלקטע בלום וואס פרובירט צו וואקסן אין א בלאטע אן קיין זון. די איינציגסטע וועג וואס עס זאל קענען ארבעטן איז נאר אז איך שפיל טויב, שטום, און בלינד, נו וואספארא לעבן איז דאס?


איך האב שוין אלעס פרובירט, איך בין שוין דורך די שווערסטע צייטן, איין תקופה ווי ער האט נישט געלערנט און נישט געארבעט, איין תקופה פון נישט אויפשטיין צופרי ביז שפעט אינמיטן טאג, איין תקופה פון כל ערליי משוגעת'ן בין כותלי הבעדרום, איין תקופה פון איך דארף זיך טוישן און זיין מער אפ-טו-דעיט, איין תקופה פון ער טוישט זיך זיין אויסקוק און בכלל לעבנסשטייגער, נאך א תקופה פון זיין ברוגז אויף מיין משפחה, א. א. וו. די ליסטע גייט אן. און כאטשיג ווי שטארק דאס האט מיר אלעס וויי געטון בין איך מיטגעגאנגען, אים נאכגעקומען אלע פארלאנגען (חוץ א שייטל), עס האט אבער גארנישט געהאלפן, ער איז אין שטוב נאר בגוף, אדער צו קריטיקירן און טשעפען. איך מאך אליין שבת, יום טוב, פסח. ער העלפט גארנישט און ער קאמפלעינט נאך אז די הויז פליעט און וועגן דעם האט ער נישט קיין הרחבת הדעת אינדערהיים.


ווי אזוי זאל איך האלטן די שטוב אין ארדענונג ווען איך דארף אלעס אליין טון, און ער ליגט אין בעט און האט נאר טענות? די קינדער וויינען און מוטשען אז טאטי האט זיי צוגעזאגט זאכן, און איך מוז זיך ספראווען דערמיט און אים ערזעצן.


איך וויל זיך גט'ן. עס טוט מיר זייער וויי, ווייל ביז יעצט האב איך אלס פרובירט צו טון כדי נישט זיך גט'ן, און טאקע ווייל איך ווייס אז גט'ן איז נישט די עצה און ווי הארב דאס איז און די נאכווייען און די שוועריגקייטן, דאס האט מיר צוריקגעהאלטן ביז יעצט. נאכדערצו אז איך האב א גע'גט'ע שוועסטער שוין 10 יאר, ווען נישט וואלט איך זיך שוין זיכער גע'גט, איך בין שוין אבער אין א מצב פון עד מתי? מיין לעבן איז נישט קיין לעבן...


ישר כח פאר אייער צייט, און דער אייבערשטער זאל אייך באלייכטן מיט א קלארקייט צו קענען געבן די ריכטיגע ענטפערס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן וואס איר גייט אריבער.


איך מוז אייך זאגן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.


במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן; דער מנורה; דער ארון; וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות..."


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן מיט אונז: "זיי קלוג, נישט גערעכט"; דאס איז דער סוד פון הצלחה - נישט זוכן צו זיין גערעכט נאר זוכן ווי מען קען זיין קלוג. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר הויז, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; עס טוט מיר זייער וויי צו זען ווי איר פאלט א קרבן פארן יצר הרע וואס וויל צעברעכן נאך א אידישע שטוב, איר שרייבט דאך אליינס אז איר האט א שוועסטער וואס איז שוין לאנגע יארן אליין וכו', וואס וועט איר האבן אז איר וועט זיך גט'ן? אמת טאקע, עס איז אייך זייער שווער יעצט מיט אייער מאן וכו', אבער דאס האט איר נאך נישט פרובירט - צו זיין אליינס פאר יארן וכו', דאס ווייסט איר נאך נישט - וואס אייערע קינדער וועלן מיט מאכן וכו', די קינדער וועמענס עלטערן האבן זיך גע'גט וואלגערן זיך ארום פון איינעם צום צווייטן השם ירחם.


איך ווייס אז עס איז אייך זייער שווער און איך פארשטיי זייער גוט וואס איר גייט אריבער, אבער מיט דעם אלעם בעט איך אייך זייער, איר פון אייער זייט זאלט רעדן שיין צו אים, זייטס ווייטער ווארים צו אים און ווארטס אים אפ מיט א שמייכל וכו'. א קלוגע פרוי האט די מעגליכקייט אינגאנצן איבערצודרייען איר מאן לטובה; איך בעט אייך, ווארטס אויס אויף א ישועה און אנטלויפטס נישט. עס איז נישט קיין חכמה צו גיין צעברעכן א שטוב ווען מען קען עס נאך ראטעווען.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר. געדענקט, דאס גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגל', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים ווייזט יענער צוריק א זויערע פנים. דערפאר, זוכט נישט צו זיין גערעכט, נאר האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "זיי קלוג, נישט גערעכט", איר זאלט זיין דער וואס בעט איבער און רעדט שיין.


מיר שטייען יעצט אין די ערב פסח טעג; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז:): "בְּכָל דּוֹר וָדוֹר חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְּאִלוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם", א מענטש דארף זיך פארשטעלן כאילו ער איז געווען פארקנעכטעט פאר פרעה אין מצרים, און דער אייבערשטער האט אים ארויסגענומען פון דארט; שטעלט אייך פאר איר זענט אין מצרים, אייער מאן ארבעט פאר פרעה און ער וויל נישט אהיים קומען ביינאכט, ער איז א קנעכט פאר פרעה, ער איז אריין געטון אין זיין געלט און אין זיין דזשאב מיטן גאנצן לייב און לעבן וכו'; וואס האבן די ערליכע פרויען געטון, זיי האבן זיך גע'גט? זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) אז בזכות די נשים צדקניות זענען די אידן ארויס פון מצרים; די מענער זענען געווען פארשקלאפט און פארפלאגט פאר די מצריים - אזוי ווי היינט, מען האט געארבעט ביטער שווער, זיי זענען געווען אזוי אריינגעטון אין מאכן געלט אז זיי זענען פשוט נישט אהיים געקומען צו זייערע ווייבער, וואס האבן די ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד דארט וואו זיי האבן געארבעט, זיי האבן געברענגט פאר זייערע מענער וואסער מיט קליינע פיש, זיי האבן זיי אפגעוואשן וכו', און אזוי איז ארויס געקומען די גאנצע אידישע פאלק וואס זענען ארויס פון מצרים און מקבל געווען די הייליגע תורה ביים בארג סיני; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א אידישע פרוי וואס גייט צו איר מאן און זי איז דער וואס רעדט שיינע ווערטער וכו' ביז דער מאן ווערט איבערגערעדט, מען לעבט מיט ליבשאפט און מען שטעלט אויף א שטוב צוזאמען.


איך בין גרייט צו רעדן מיט אייך ביידע צוזאמען און פרובירן וואס מען קען טון איר זאלט לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן, ווייל עס איז א שאד אז דער לעבן זאל אריבער גיין מיט מחלוקת.


איך זאג אייך נאכאמאל: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", וואס איז יא די עצה? "תפילה איז די עצה". מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שול'ן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת; עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש זוטא רות, רמז ד): "אֵין הַדּוֹרוֹת נִגְאָלִין אֶלָּא בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת שֶׁבַּדּוֹר", משיח וועט קומען נאר בזכות די ערליכע פרויען פונעם דור; נאך זאגן חז"ל (סוטה יא:): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאֲלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִצְרָיִם, וּבִזְכוּתָן עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין די זכות פון די פרויען זענען מיר אויסגעלייזט געווארן פון מצרים, און בזכות זיי וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון גלות.


איך שרייב אייך א בריוו וואס איר זאלט איבערגעבן פאר אייער מאן.


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געשריבן א בריוו אז עס איז זייער שווער דאס לעבן מיט דיר. איך בעט דיר זייער, דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות "שלום בית"; דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'. און ר' נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


איך בעט דיר זייער, בעט זיך איבער מיט דיין ווייב; אז דו וועסט פאלגן דעם הייליגן רבי'ן וועט דיר גוט זיין אין לעבן. זוך נישט צו זיין גערעכט, קליינע קינדער ווען זיי קריגן זיך, זוכן זיי שטענדיג צו זיין גערעכט. דער הייליגער אריז"ל זאגט אז אין מצרים איז דער מח און דער דיבור געווען אין גלות; יעצט איז די צייט ארויס צו גיין פון דעם גלות הדעת, גיי דו אויך ארויס פון דיין קטנות און זוך נישט אויסצופירן.


יעצט קומט שוין דער הייליגער יום טוב פסח ווען אלע אידן גייען ארויס גיין פון מצרים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז:): "בְּכָל דּוֹר וָדוֹר חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְּאִלוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם"; כאפ זיך אויך מיט מיט אלע אידן וואס גייען ארויס פון מצרים. שטעל זיך פאר ווי דו ביסט יעצט אין מצרים און דער צדיק קומט זאגן אז דער אייבערשטער וויל ארויסנעמען די אידן פון מצרים, וואס וואלסטו געטון? דו וואלסט מיט געגאנגען מיט משה רבינו? נישט יעדער איז דעמאלט מיט געגאנגען מיט משה רבינו, רוב אידן האבן נישט געוואלט ארויס גיין פון מצרים און בלויז א פיפטל פון כלל ישראל זענען מיט געגאנגען, ווייל די אלע האבן געהאט זייערע גערעכטע טענות און תירוצים פארוואס נישט צו גיין מיט משה רבינו. וואס איז געבליבן פון זיי? זיי זענען אלע אויסגעשטארבן ביי מכת חושך, אבער די ערליכע אידן וואס זיי זענען געגאנגען מיט משה רבינו - זיי זענען ארויס פון מצרים און ארויס פון זייער גלות.


מוהרא"ש זאגט א גוטע עצה פאר א מאן און ווייב וואס פארשטייען זיך נישט און יעדער פארלאנגט פונעם צווייטן זיך צו טוישן; ביידע פון זיי זאלן נעמען א צעטל און ביידע זאלן אראפשרייבן אלע טענות וואס מען האט איינער אויפן צווייטן בפרטי פרטיות, דערנאך זאל מען נעמען די צעטלעך פארמאכטערהייט אן אריינקוקן דערין און דאס פארברענען בשעת שריפת חמץ אינעם פייער, ווען דערביי זאל דער מאן בעטן דעם אייבערשטן אז אלע קריגערייען זאלן זיך אויפהערן און אלע שלעכטס וואס ער האט אויף זיין ווייב זאל ער נישט זען מער.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער; גלייב מיר איך האב נישט קיין שום נגיעה דא, איך מאך נישט קיין געלט פון אייך און איך האב נישט קיין כבוד פון אייך, איך טו עס פשוט ווייל מוהרא"ש האט מיר אריין געלייגט אין מיין בלוט איך זאל העלפן עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב און מען זאל לעבן צוזאמען.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אויסגערוימט דעם חמץ פון שטוב; סיי דער פשוט'ער חמץ און אויך דעם יצר הרע.