תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און בריוו, ספעציעל פאר די סארט בריוו וואס איז שווער צו ענטפערן ברבים, דאס געבט מיר פיל כח און חיזוק אנצוגיין אין לעבן, און איך נעם ארויס אסאך עצות פאר מיין פערזענליכן לעבן.
איך האב געוואלט פרעגן אויב איינער איז דורכגעפאלן מיט אן עבירה, און ער האט שוין תשובה געטון און געזאגט תיקון הכללי, דארף ער נאך וויייטער האלטן אין איין תשובה טון אויף דעם? אדער זאל ער אינגאנצן אויפהערן טראכטן פון דעם, ווייל דער אייבערשטער האט אים שוין זיכער מוחל געווען.
אויך האב געוואלט וויסן אויב ס'איז דא אין ברסלב געוויסע מנהגים זיך צו פירן ווען מ'ציעט זיך אריין אין א נייע דירה.
א גרויסן יישר כח, יודל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד יודל נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
תשובה איז נישט א זאך וואס מען טוט איין מאל און געענדיגט, נאר מען דארף שטענדיג תשובה טון פונדאסניי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו', אות ג): "וְצָרִיךְ לֶאֱחֹז תָּמִיד בְּמִדַּת הַתְּשׁוּבָה", מען דארף שטענדיג תשובה טון, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כ, ט): "מִי יֹאמַר זִכִּיתִי לִבִּי טָהַרְתִּי מֵחַטָּאתִי", ווער קען זאגן: "מיין הארץ איז ריין פון עבירות"? דערפאר דארף א מענטש שטענדיג תשובה טון; עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם תורה וועסטו זען דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס לעבט זיין גאנץ לעבן מיט תשובה.
מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות לד:): "מָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִין יְכוֹלִין לַעֲמֹד בּוֹ", צדיקים קענען נישט אנקומען אזוי הויך ווי די מענטשן וואס טון תשובה קומען אן; נאך זאגן חז"ל (פסיקתא דרב כהנא): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה, שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֶר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה, מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שְׁנַיִם; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לְפָנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווי נאר א מענטש טראכט נאר פון תשובה - ער וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד; דעריבער ציטערט דער ס"מ זייער שטארק פון א מענטש וואס טוט תשובה, ער ווייסט אז אפילו דער מענטש זאל האבן געטון וואס ער האט געטון, אויב זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, חטאתי, איך האב געזינדיגט", און ער האט חרטה אויף זיינע מעשים נעמט אים דער אייבערשטער גלייך צוריק אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה כ, טו): "בִּלְעָם הָיָה רָשָׁע עָרוּם, וְיוֹדֵעַ שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי, אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", ווען בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט פאר אים מיט א שווערד און וויל אים הרג'ענען האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי", ווייל ער האט געוויסט דעם סוד אז ווער עס איז זיך מתודה און זאגט: "חָטָאתִי" קען אים קיינעם נישט שלעכטס טון, אפילו א מלאך קען אים נישט אנרירן, דעריבער האט ער גלייך ארויסגעזאגט דעם ווארט "חָטָאתִי", אז דער מלאך זאל אים נישט קענען שלעכטס טון.
וועגן דעם רעדט דער ס"מ איין דעם מענטש: "וואס דארפסטו תשובה טון?" "וואס האסטו אז דו וועסט תשובה טון?", אדער זאגט ער פארן מענטש: "דו האסט שוין תשובה געטון, עס פעלט נישט אויס נאכאמאל תשובה צו טון", אלעס נאר ווייל ער האט מורא אז דער מענטש וועט תשובה טון.
דעריבער זאלסטו זיך שטארקן און אנהייבן יעדן טאג פונדאסניי תשובה צו טון; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", מען דארף שטענדיג אנהייבן פונדאסניי, נישט אלט ווערן און טראכטן איך האב שוין תשובה געטון.
דער רבי האט זייער משבח געווען דעם הייליגן רבי זושא זכותו יגן עלינו, דער רבי האט געזאגט אז דער רבי ר' זושא איז ארום געגאנגען צוויי און צוואנציג יאר ברציפות מיטן זעלבע ברען צום אייבערשטן; בדרך כלל ווען א מענטש הייבט אן דינען דעם אייבערשטן הייבט מען אן מיט א ברען און נאכדעם פאלט מען אראפ וכו' אבער דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען מיטן זעלבן ברען פאר צוויי און צוואנציג יאר.
בנוגע וואס מען זאל טון ווען מען ציט זיך אריין אין א נייע דירה וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן יג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לְהִכָּנֵס לְבַיִת לָדוּר בְּתוֹכוֹ, יאֹמַר הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ, וְאַחַר כָּךְ יִכָּנֵס לָדוּר בְּתוֹכוֹ", ווער עס גייט וואוינען אין א נייע דירה - זאל זאגן די גאנצע תורה און נאכדעם זיך אריין ציען דארט; זע צו לערנען אין שטוב, גיי נישט ביינאכט אין שול, א אינגערמאן וואס וויל באמת לערנען דארף נישט קיין כולל, ער קען זיצן ביי זיך אין שטוב ביינאכט און צופרי לערנען זיינע שיעורים כסדרן (אינמיטן טאג איז נישט כדי צו זיצן אין שטוב), ביז א קורצע צייט קען מען מסיים זיין כל התורה כולה.
אז דו וועסט לערענען תורה אין שטוב וועסטו האבן הצלחה, שלום בית און נחת פון דיינע קינדער; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בית, סימן ט): "כָּל בַּיִת שֶׁנִּשְׁמָעִין בּוֹ דִּבְרֵי תוֹרָה, שׁוּב אֵינוֹ נֶחֱרַב", א הויז וואס מען הערט דארט א קול תורה וועט נישט חרוב ווערן.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט נאר מאכן שמחות.