תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב ב"ה א געטרייער מאן מיט לעכטיגע קינדער, מיר האבן ב"ה א שיין לעבן, איך מוטשע זיך אבער מיט א דמיון וואס שטערט מיר שטארק. איך טראכט אלעמאל אז דאס וואס מיר האבן זיך ליב איז נאר יעצט ווען מיר זענען יונג, אפשר ווען מיר וועלן עלטער ווערן וועט ער מיר שוין נישט דארפן, און מיר וועלן זיך אנהויבן צו קריגן.
איך ווייס אז ס'איז סתם דמיונות און איך דארף נישט טראכטן וואס וועט זיין שפעטער, נאכאלץ שטערט מיר דאס אבער. אפשר קענט איר מיר העלפן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז דא א מאמר החכם: "הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עַדַיִן, וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן, דַאֲגָה מִנַּיִן", וואס איז געווען איז שוין געווען, וואס גייט זיין איז דאך נאך נישט דא און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען; ווען א מענטש דאגה'ט העלפט דאס נישט דעם פראבלעם, עס מאכט נאר אז דער מענטש זאל ווערן אפגעשוואכט.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךָ", זאלסט נישט ארום גיין מיט קיין דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט קלאר אז דער אייבערשטער איז אלעס - און אלעס איז נאר ער, יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז מיט א פונקטליכער חשבון, דעמאלט גייען אוועק אלע דאגות.
אז איר האט יעצט אין אייערע יונגע יארן א גוטע שלום בית וועט איר האבן שפעטער אויף דער עלטער נאך א בעסערע שלום בית; מען קען זען אן עלטערע פאר-פאלק ווי זיי פירן זיך מיט א דרך ארץ איינער מיטן צווייטן, מיט כבוד איינער צום אנדערן, דאס איז נאר ווייל אין זייערע יונגע יארן האבן זיי געארבעט אויף זייער שלום בית; מה שאין כן די אלע וואס קריגן זיך אויף דער עלטער השם ישמרינו, די אלע האבן זיך שוין געקריגט אין אנהייב פון זייער לעבן. איין חילוק איז דא, ווען מען איז יונג קען מען עס באהאלטן וכו', אבער אויף דער עלטער האלטן אלע מיט יעדע ריר וכו'.
אז איר האט יעצט א שיינע לעבן וואס זוכט איר זיך פרעמדע זארג? דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ג, מחיגר): די לבנה האט געזאגט פארן זון ווען די זון האט זיך אפגערעדט אז זי שיינט אויפן בוים וכו': "אז דאס איז דיין זארג, דו זארגסט פרעמדע זארג!" דאס זעלבע זאג איך אייך: "וואס דארפט איר זארגן פרעמדע זארג?" מען דארף לעבן מיטן 'יעצט', מיטן 'הוה'; אז איר האט א שיינע לעבן מיט אייער מאן און קינדער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטס אויף ווייטער.
שטארקט אייך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, ווייל "עַל-יְדֵי אֱמוּנָה יָבֹא לְבִטָּחוֹן (ספר המידות, אות בטחון, סימן ד)", דורך אמונה קומט מען צו בטחון; און אז איר וועט האבן בטחון וועלן אלע דאגות אוועק פאלן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן ט): "עַל יְדֵי בִּטָּחוֹן אָדָם נִיצוֹל מִדְּאָגָה", ווען א מענטש האט בטחון ווערט ער געראטעוועט פון דאגות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.