תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע חיזוק און שיעורים וואס זענען מיר מעורר און מחזק צו דינען דעם אייבערשטן.
איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אז מ'זאל נישט לערנען קיין ספרי חקירה, אויב ס'איז אויך אריינגערעכנט אין דעם די הקדמה פון רמב"ם אויף משניות, און דער ספר הכוזרי.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי האט אונז נישט געלאזט לערנען קיין חקירות; אפילו די ספרים וואס גדולי ישראל האבן מחבר געווען - האט דער רבי זייער געווארנט מיר זאלן דאס נישט לערנען ווייל זיי פרעגן קשיות אויף די אמונה, די קשיות זענען קשיות וואס מיר פארשטייען, אבער נאכדעם ווען זיי ענטפערן טיפע תירוצים - דאס איז שוין נישט גרינג צו פארשטיין און מען בלייבט מיט די קשיות אויפ'ן אייבערשטן; אויב מען האט נאר איין קשיא אויפ'ן אייבערשטן - איז דאס שוין זייער א גרויסער פגם פאר'ן מענטש.
דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו לערנען קיין ספרים פון חקירות. דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן לערנען ספר מורה נבוכים פונעם רמב"ם און אזוי אויך אלע פלעצער וואו עס גייט אריין אין חקירות זאל מען דאס איבער היפן, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה, קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.
ספר הכוזרי איז נישט קיין ספר פון חקירות, דאס קען מען לערנען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיין שטארק מיט אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.