תוכן השאלה
שלום וברכה לכבוד הראש ישיבה שליט"א,
שוין אסאך יארן וואס איך פאר קיין מאנסי צו דעליווערן פאר מיין ארבעט, און ווען איך ווער הונגעריג קויף איך אין איין עפעס צו עסן אין גראסערי. אבער בערך צען יאר צוריק ווען עס האט פאסירט די שרעקליכע טראגעדיע אז א גראסערי אין מאנסי האט לא עלינו פארקויפט טריפה פלייש און איך בין געווען אין געשעפט יענע צייט. האט עס מיך זייער וויי געטון.
יענע וואך האט מוהרא"ש זצ"ל גערעדט פון דעם אז מען דארף זייער אכטונג געבן אויף כשרות ובפרט אויף שחיטה. זייט יענע שיעור בין איך מקפיד צו עסן נאר פון בעלז שחיטה, און איך האב נישט געגעסען פליישיג ביי קיינעם נישט, אפילו ביי מיינע עלטערן.
איך האב נישט געהאט דעם ראש ישיבה וואס זאל מיך זאגן אז וואס איך טו איז נישט גערעכט, איך האב עס געטון לשם שמים אן שכל. יעצט הער איך אויס אייערע שיעורים און איך קען מיך נישט א עצה געבן צו וויסן וואס צו טון.
אפשר קען דער ראש ישיבה געבן אן הדרכה וואס איז שוה לכל נפש. זאל מען עסן ביי יעדע משפחה? ביי יעדע שמחה וואס איך גיי? אדער נאר ביי עלטערן? אויך וויל איך וויסן צי דארף מען פרעגן פאר מ'עסט פון וועלכע שחיטה עס קומט?
אסאך מאל, ווי למשל יו"ט, קען אנקומען אפילו ביי עלטערן אזעלכע פלייש וואס נישט די מאמע האט געקאכט נאר עס קען קומען פין א צוגעקומענע משפחה וואס איז נישט מקפיד, נאר קויפט די ביליגסטע אין געשעפט.
יישר כח פאר אייער ענטפער.
עזרא
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד עזרא נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זיך געמאכט א גדר אז דו עסט נישט קיין פלייש סתם פון געשעפט וכו', דו עסט נאר פלייש פון א ערליכע קהלה; מען דארף זייער אכטונג געבן וועלכע הכשר מען עסט, בפרט ווען עס קומט צו פלייש, וואס דארט דארף מען זייער אכטונג געבן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לז): "גַּם עִקַּר חֶסְרוֹן הַפַּרְנָסָה שֶׁנִּתְמַעֵט בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ, אֵין זֶה אֶלָּא עַל יְדֵי הַשּׁוֹחֲטִים שֶׁאֵינָם מְהֻגָּנִים", דאס וואס עס איז נישט דא קיין פרנסה אין אונזערע דורות, דאס קומט דורך נישט ערליכע שוחטים.
איך געדענק ווען עס איז געווען די שרעקליכע מעשה אין מאנסי, אז א איד האט פארקויפט טריפה'נע פלייש מיט א הכשר רחמנא לצלן, בין איך געגאנגען פרעגן מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איך זאל טון, וואסערע שחיטה איך זאל עסן, האט מיר מוהרא"ש געזאגט אז איך זאל קויפן פלייש נאר פון סאטמאר, און אזוי פיר איך זיך.
איינער פרעגט מוהרא"ש אין שאלות ותשובות ברסלב (מכתב שנא), וואסערע פלייש זאל ער קויפן דא אין אמעריקא, און מוהרא"ש ענטפערט אים: "פה בארצות הברית ההכשר הכי טוב בבשר, זה מקהילת סאטמאר וכו'", און מוהרא"ש ענדיגט צו דעם בריוו: "ותהלה לאל כאן בארצות הברית יש הכשרים מאד מאד טובים, של רבנים יראי השם".
דיין מנהג אז דו עסט נאר פלייש פון א ערליכע קהלה איז זייער גוט, אבער דאס וואס דו שרייבסט מיר אז דו עסט נישט קיין פלייש ביי דיינע עלטערן, דאס איז נישט גערעכט; נאך אביסל וועסטו חתונה מאכן דיינע קינדער, און ווען זיי וועלן קומען צו דיר אויף שבת וכדומה, וועט דיר באדערן אז זיי וועלן נישט וועלן עסן ביי דיר וכו'.
מען רעדט נישט פון איינער וואס זיינע עלטערן היטן נישט קיין תורה ומצוות, דאס איז עפעס אנדערש (אויך ביי אזא פאל דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען זאגט עס פאר די עלטערן, ואין כאן המקום להאריך), אבער אז דו האסט ערליכע עלטערן, דארפסטו זייער אכטונג געבן זיי צו מכבד זיין; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס די מצווה פון כיבוד אב ואם איז. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בְּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא, וְאָבִיו וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", ווען א מענטש איז מכבד טאטע מאמע, זאגט דער אייבערשטער: "איך רעכן עס כאילו ער איז מיך מכבד".
דערפאר ווען דו קומסט צו דיינע עלטערן זאלסטו נישט זיין אפגעטיילט, נאר זאלסט זיין א חלק פון די משפחה; דאס איז דער גרעסטער חינוך פאר דיינע קינדער - ווען זיי זעען ווי זייער טאטע האט זיינע חומרות און מנהגים, אבער ווען מען גייט צום זיידן ווערט אלעס אוועק געלייגט, און מען איז מכבד טאטע מאמע. אז דו וועסט זיך אזוי פירן וועלן דיינע קינדער דיך אויך מכבד זיין, און דו וועסט האבן נחת פון זיי.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.