תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט וויסן די גדרים פון די מצוה פון "הוכח תוכיח את עמיתך", וואס דאס מיינט לכאורה אז מ'דארף זאגן מוסר פאר א חבר, אבער דער ראש ישיבה שליט"א זאגט דאך אלץ אז מ'זאל לעבן נאר פאר זיך און נישט קוקן אויף א צווייטן?
יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די מצוה פון תוכחה איז זייער א גרויסע מצוה; דאס איז א מצות עשה מן התורה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ויקרא יט, יז): "הוֹכֵחַ תּוֹכִיחַ אֶת עֲמִיתֶךָ", מען דארף מוסר'ן א חבר. און חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז דאס גרויסקייט פון זאגן מוסר און פון אננעמען מוסר (תמיד כח.): "אֵיזוֹ הִיא דֶּרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיָּבוֹר לוֹ הָאָדָם", וואס פאר א וועג זאל א מענטש אויסקלויבן פאר זיך? "יֶאֱהַב אֶת הַתּוֹכָחוֹת", ער זאל ליב האבן מוסר, "שֶׁכָּל זְמַן שֶׁתּוֹכָחוֹת בָּעוֹלָם, נַחַת רוּחַ בָּעוֹלָם", ווייל ווען עס איז דא מענטשן וואס זאגן מוסר און מען נעמט דאס אן איז דא פרידן אויף די וועלט, "טוֹבָה וּבְרָכָה בָּאִין לָעוֹלָם", אז מען נעמט אן מוסר איז דא אלעס גוטס און אלע ברכות אויף די וועלט, "וְרָעָה מִסְתַּלֶּקֶת מֵהָעוֹלָם", דורך מוסר גייט אוועק אלע שלעכטס פון די וועלט. "וְכָל הַמּוֹכִיחַ אֶת חֲבֵרוֹ לְשֵׁם שָׁמַיִם, זוֹכֶה לְחֶלְקוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", און ווער עס מוסר'ט א חבר לשם שמים איז זוכה צו זיין נאנט צום אייבערשטן, "וְלֹא עוֹד אֶלָּא שֶׁמּוֹשְׁכִין עָלָיו חוּט שֶׁל חֶסֶד", און דורך זאגן מוסר באקומט מען א חן; זעט מען דאס גרויסקייט פון זאגן מוסר און פון דעם מענטש וואס נעמט אן מוסר.
אבער דער רבי האט אונז געלערנט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נישט יעדער איינער קען געבן מוסר, נאר דער וואס קען געבן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט געגעבן מוסר, מוסר וואס וועט מקרב זיין דעם מענטש צום אייבערשטן און נישט חס ושלום אים דערווייטערן, ווייל אויב מען זאגט מוסר שלא לשם שמים, נאר צו טשעפען - מאכט מען ערגער מיט די מוסר, מען מאכט א שלעכטע גערוך מיט די מוסר. דער רבי געבט א משל צו דעם, אזוי ווי עס ליגט א כלי פון צואה וכו' אויב קומט איינער און הייבט אן מישן די צואה מאכט ער א שלעכטע גערוך, ער איז מבאיש ריח און טוט גארנישט אויף, אזוי אויך ווען איינער קען נישט מוסר'ן אזא סארט מוסר ווי משה רבינו - טוט ער גארנישט אויף, ער מאכט נאר עס זאל ווערן א שלעכטע גערוך אויף דעם מענטש.
ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל און זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות, האט זיי משה רבינו געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, יב): "נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ", וְלֹא כְּתִיב הִסְרִיחַ; נאר אויף דעם וועג מעג מען געבן מוסר, אז מען ווייזט פארן מענטש דאס ליבשאפט וואס דער איבערשטער האט נאך אלץ צו אים און ווארפט אים נישט אוועק אפילו ער האט געטון עבירות; נאר אויף דעם וועג מעג מען זאגן מוסר. משה רבינו האט געוויזן פאר די אידן אז דער אייבערשטער ווארט זיי זאלן צוריק קומען צו אים, ער האט אריין געברענגט אין זיי א ליבשאפט.
דערפאר איז בכלל נישט קיין סתירה דאס וואס דו פרעגסט, ווייל פון איין זייט איז טאקע דא די מצוה פון תוכחה אבער מען דארף וויסן ווי אזוי דאס צו טון אז עס זאל יענעם מקרב זיין און חס ושלום נישט מרחק זיין. אזוי ווי מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (משלי ט, ח): "אַל תּוֹכַח לֵץ פֶּן יִשְׂנָאֶךָּ, הוֹכַח לְחָכָם וְיֶאֱהָבֶךָּ" – מען טאר נישט מוסר'ן דעם מענטש בלשון: "דו לץ וואס דו ביסט", ווייל דאס וועט אים מאכן ער זאל דיר פיינט האבן, מען דארף מוסר'ן דעם מענטש דורכ'ן אים זאגן: "דו ביסט דאך א חכם, דיר פאסט נישט צו טון אזוי און אזוי", דעמאלט וועט ער דיר ליב האבן. דאס זאגט שלמה המלך: "אַל תּוֹכַח", זאג אים נישט: "לֵץ!", ווייל: "פֶּן יִשְׂנָאֶךָּ", ער וועט דיר פיינט באקומען און דו וועסט גארנישט אויפטון, נאר וואס דען? "הוֹכַח", זאג אים: "לְחָכָם", דו ביסט דאך א חכם, פאר דיר פאסט נישט וכו', "וְיֶאֱהָבֶךָּ", וועט ער דיר ליב האבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.