שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווען איז מען מעביר סדרה די פרשיות וזאת הברכה און בראשית?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז יעצט ווערט די ערשטע יאר אין מיין לעבן וואס איך האב זוכה געווען פאקטיש צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום!


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק. און איך קען זאגן אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב פארשטאנען 95% פון וואס איך האב געלערנט, אריינגערעכנט אויך שווערע פרשיות, ווי למשל תרומה און תצוה ווי אזוי מען בויעט דעם משכן, און פרשת ויקרא וואו מען לערנט איבער די קרבנות. איך האב אייביג געמיינט אז דאס איז אזוי שווער און איך וועל דאס קיינמאל נישט פארשטיין, און ב"ה אז איך האב דאס זוכה געווען צו לערנען און צו פארשטיין.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך טו מיט די פרשיות וזאת הברכה און בראשית? איך וועל עס נישט קענען ענדיגן אום שמחת תורה.


אויך וויל איך וויסן אויב דאס זאגן די ווערטער פון רש"י הייסט אן הפסק אינמיטן מעביר סדרה זיין.


מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת השם יתברך


יום א' פרשת האזינו, כ"ו אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד מאיר נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט זוכה צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, און דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג אביסל - זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים, סימן רפ"ה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן ווילנער גאון זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט איז מען מעביר סדרה יעדע וואך, און ווען עס קומט סוף יאר איז א מורא'דיגע שמחה אז מען האט מסיים געווען חמשה חומשי תורה.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויך רש"י; אין שלחן ערוך שטייט (שם, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י; מען זאגט נאך פון הייליגן שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו, אז ער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י", אויך שטייט פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה.


אזוי אויך זאגט מען נאך פון צדיקים אויף דעם לשון וואס שטייט אין מבחר: "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י, אז דאס אליין מאכט א מענטש ער זאל ווערן א ירא שמים.


מען זאגט נאך פון הייליגן רבי ישכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט, אז א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן.


און עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א סדר פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש מיט רש"י איינגעטיילט אויפן וואך, און אזוי האבן אלע רבי'ס פון חב"ד זיך געפירט, און אזוי פירן זיך היינט אויך חסידי חב"ד, יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפן וואך, ווייל דאס ברענגט יראת שמים.


ווען מען איז מעביר סדרה און מען לערענט רש"י, איז דאס נישט קיין הפסק - פארקערט דאס איז די מצוה, צו לערנען חומש מיט רש"י. בכלל דארף מען וויסן אז אפילו מען איז מפסיק איז מען יוצא, אזוי ווי מען זעט אין שלחן ערוך (שם): "מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת אֵין צְרִיכִים לַחֲזֹר וְלִקְּרוֹת הַפָּרָשָׁה בְּשַׁבָּת", א מלמד וואס לערנט די גאנצע פרשה מיט די קינדער דארף נישט מעביר סדרה זיין, ווייל ער האט דאס שוין געלערנט מיט די קינדער; זעט מען פון דעם, אז אפילו מען איז מפסיק, און אפילו מען זאגט עס נישט מיט קיין טעמים (טראפן) איז מען יוצא לכתחילה.


עס איז ידוע דעם סיפור ביי סאטמארע חסידים אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן אלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער 'עצי חיים' און דעם בעל 'דברי יואל', ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו, ער האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערענט אסאך חומש רש"י), איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס זיי האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט, ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


אזוי אויך דערציילט מען אז דער הייליגער ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו איז אמאל געווען אין שטאט חוסט, וואו דער הייליגער ערוגת הבושם איז געווען רב, דער ערוגת הבושם זכותו יגן עלינו האט געהאט א ישיבה פון עטליכע הונדערט בחורים, און דער צדיק ר' מרדכי'לע איז געקומען באזוכן דעם ערוגת הבושם, און דער ערוגת הבושם האט אים געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זיין ווי פלייסיג זיי לערנען, און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, ווען ר' מרדכי'לע איז ארויסגעקומען האט אים דער ערוגת הבושם געפרעגט: "נו, וואס זאגט איר אויף מיינע בחורים?" האט אים ר' מרדכי'לע געענטפערט: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" הערנדיג דאס איז דער ערוגת הבושם געווארן זייער דערשראקן און פארוואונדערט, ווי אזי קען זיי אזא זאך? און ער פרעגט דעם הייליגן ר' מרדכי'לע: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" דער ערוגת הבושם האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם, און ער האט נאכגעפארשט ביי זיינע תלמידים אויב זיי ענדיגן יעדע וואך חומש רש"י, האבן זיי אים געענטפערט אז נישט, ווייל די וועכנטליכע פארהער איז פארגעקומען פרייטאג צופרי, און עס קומט זיי נישט אויס קיין צייט ווען צו קענען מעביר סדרה זיין, האט שוין דער ערוגת הבושם פארשטאנען אז ר' מרדכי'לע ווייסט וואס ער רעדט, און ער האט איינגעפירט אין זיין ישיבה אז מען זאל פארהערן זונטאג, און מען זאל יעדן טאג לערנען חומש רש"י.


בנוגע וואס דו פרעגסט פון ווען מען קען שוין מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה; מען קען שוין מעביר סדרה זיין פון ווען מען הייבט אן ליינען וזאת הברכה, מען דארף נישט ווארטן ביז שמחת תורה. אויך קען מען שוין אנהייבן פרשת בראשית מיום ראשון ואילך, מען דארף נישט ווארטן ביז שמחת תורה, בפרט היי יאר ווען שמחת תורה געפאלט אויס פרייטאג, און עס בלייבט איבער נאר שבת צו מעביר סדרה זיין פרשת בראשית, החכם עיניו בראשו שוין אנצוהייבן פון זונטאג חול המועד סוכות יעדן טאג מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום.


עס איז דא אסאך וואס האלטן נישט אזוי, אבער אזוי האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש איז געווען זייער שטארק אין דעם אז מען זאל שוין אנהייבן פאר שמחת תורה בראשית, בפרט ווען שמחת תורה געפאלט אויס אזוי ווי די יאר הבא עלינו לטובה - פרייטאג, מען געבט זיך איין דריי און מען ליינט שוין ביי מנחה פרשת נח.


וואויל איז פאר דעם וואס לאזט זיך נישט נארן און פירט זיך בתמימות ופשיטות וועט ער שיין מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.