שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווען ס'איז נישטא קיין חדר, לערן איך אסאך משניות און גמרא
לימוד התורה, היטן די צייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגל פון עלף יאר, פון ארץ ישראל, איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט זאגן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך האב יעצט זוכה געווען צו ענדיגן גמרא מסכת שבת, און אויך די דריטע מאל ששה סדרי משנה, ש'כח אייבערשטער.


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיינע עלטערן הערן זיך צו צו די שיעורים, און איך האב אויך אנגעהויבן הערן אביסל, און דורך די דרשות איז מיר געווארן גרינגער צו לערנען.


אין מיינע פרייע צייטן האב איך ליב צו מאלן בילדער פון צדיקים, בייגעלייגט איז א בילד פון מוהרא"ש וואס איך האב געמאלן.


יעצט ווען ס'איז נישטא קיין חדר צוליב די קאראנע וויירוס, האב איך גאר אסאך צייט צו לערנען, און איך בין פרייליך אז איך קען אויסנוצן די צייט ווי עס דארף צו זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט'ן לערנען די הייליגע תורה, נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פב.) "כְּשֶׁאָדָם בָּא לִידֵי חֹלִי אוֹ לִידֵי זִקְנָה אוֹ לִידֵי יִסוּרִין וְאֵינוֹ יָכוֹל לַעֲסוֹק בִּמְלַאכְתּוֹ, הֲרֵי הוּא מֵת בְּרָעָב", ווען א מענטש ווערט נישט געזונט אדער ער ווערט עלטער, אדער חס ושלום מען האט יסורים קען מען מער נישט ארבעטן און מען קען נישט טון וואס מען האט געטון אלע יארן ווען מען איז געווען יונג, "אֲבָל הַתּוֹרָה אֵינָהּ כֵּן, אֶלָּא מְשַׁמְּרַתּוּ מִכָּל רַע בְּנַעֲרוּתוֹ", אנדערש איז אבער דער מענטש וואס לערנט תורה אין די יונגע יארן, דער וועט מיט נעמען מיט זיך די תורה, "וְנוֹתֶנֶת לוֹ אַחֲרִית וְתִקְוָה בְזִקְנוּתוֹ", דאס וועט אים היטן און געבן כח אלע זיינע טעג.


גיי אן ווייטער מיט דיין התמדת התורה; דיינע עלטערן וועלן זיך זייער פרייען צו זען דיין התמדת התורה און דו וועסט מיט דעם מקיים זיין די גרויסע מצוה פון כיבוד אב ואם. ווייל דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דו מאלסט זייער שיין; איך האב הנאה געהאט צו זען דעם בילד וואס דו האסט געמאלן פון מוהרא"ש. יעדעס מאל דו מאלסט א בילד פון א צדיק זאלסטו מיר שיקן א בילד דערפון, איך וועל זיך זייער פרייען דערצו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.