תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב ברוך ה' גוט חתונה געהאט, מיין מאן איז זייער א וואוילער, עס איז אבער דא זאכן אויף וואס איך דארף הילף.
מיין מאנ'ס משפחה פירט זיך אנדערש ווי מיין משפחה, ביי זיי איז דא איין זאך, מען קוקט נאר אויב מען איז א חאניאק, דאס איז ביי זיי די גאנצע אידישקייט. ווען עס קומט אבער צו וויכטיגע הלכות, צום ביישפיל הלכות שבת און הלכות ברכות, און אזוי ווייטער, איז מען נישט אזוי אויסגעקאכט דארט אין דעם.
מיין משפחה איז יא זייער שטארק מיט הלכות, און דאס ברענגט א פראבלעם ביי אונז. איך קען אסאך מער הלכות ווי מיין מאן, ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן, און ווען איך זאג מיין מאן אן הלכה ווערט ער זייער דערשראקן און וויי געטון פון דעם, ער מיינט אז איך האב אים נאר ליב ווען ער איז פערפעקט.
די שרעק אין זיינע אויגן ווען ער מאכט א טעות ברענגט מיר צו וויינען אסאך מאל, איך זאג אים כסדר ווי חשוב און טייער ער איז ביי מיר, אפילו ער איז נישט פערפעקט, אבער איך זע נישט עס זאל העלפן.
טו איך ריכטיג ווען איך דערמאן אים פשוט'ע הלכות שבת אדער וועלכע ברכות מען מאכט אויף עסן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז זייער וויכטיג איר זאלט זיין אפן מיט אייער מאן, דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין שלום בית, מען זאל זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן, זיך דורך רעדן, זאגן אלעס וואס מען שפירט פונעם צווייטן, דאס מאכט מען זאל לעבן בשלום.
פרעגט אייער מאן ווי אזוי איר זאלט טון ווען איר זעט אז ער פירט זיך נישט ווי די הלכה. פרעגט אים שיינערהייט אויב עס שטערט אים ווען איר זאגט אים אן הלכה, זאגט אים אז איר ווילט נישט זיין קיין פאליציאנט, געבט אים צו פארשטיין אז איר קוקט אים נישט אראפ ווען ער טוט נישט ווי אזוי מען דארף טון, איר פארשטייט אז מען האט נישט געלערנט ביי זיי אין שטוב קיין הלכות, ביי זיי איז געווען נאר איין זאך, ווי מער חאניאקיש - אלץ מער איז מען א איד; שמועסט אויס מיט אים די גאנצע זאך, אז מען שמועסט זיך דורך שיינערהייט ווערט שטערקער די גאנצע שלום בית.
דער אמת איז, עס ווענדט זיך ווי אזוי מען זאגט דאס; זאגן פאר די מאן ווען ער טוט אנדערש פון די הלכה איז נישט קיין פראבלעם, עס ווענדט זיך אבער ווי אזוי מען זאגט עס. ווען מען באמערקט א צווייטן אויף זיין אויפפירונג קען דאס צוגיין אין א וועג פון קריטיקירן, פון שאפן אויף יענעם, אונטעררייסן יענעם; צום ביישפיל: "וואס טוסטו?" "וואס מאכסטו?" "מען טאר נישט!" "שעם זיך!" און עס קען צוגיין אין א גוטע וועג, א וועג פון דערמאנען יענעם, לערנען יענעם, הייבן יענעם; צום ביישפיל, מען זאגט: "איך מיין די הלכה איז אזוי", "איך האב געלערנט אז מען מאכט אזוי", "שבת מאכט מען נישט אזוי", "עס איז א שאלה אויב מען מעג אזוי מאכן"; דאס איז גאר אנדערש ווי מען שאפט אויף יענעם.
אויב איר זאגט אים אין א וועג פון לערנען, אין א וועג פון זיך נישט גרויסן אויף אים - וועט ער זיכער וועלן איר זאלט אים ווייטער זאגן, אים לערנען די הלכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.