תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ערשטנס איך וויל איך זיך באדאנקען אויף אלעס וואס איר טוט פאר כלל ישראל, ווי איך האב געהערט פון אפאר מענטשן אז דער ראש ישיבה האט געראטעוועט זייער לעבן, זיי זאגן אז אפילו איר קענט זיי נישט, האבן זיי זוכה געווען דורך די שיעורים זיך צו דערהאלטן אין אידישקייט, און התמדת התורה, אריינכאפן לערנען משניות און גמרא און נאך שיעורים.
איך האב געוואלט זיך שואל עצה זיין, היות וואס איך דארף א וויכטיגע ישועה, און איך וויל איבער דרוקן איינע פון די ספרים פון מוהרא"ש זצוק"ל, אזוי ווי ער האט צוגעזאגט, "אני חזק בזה, מי שידפיס איזה ספר מספרי, לא אנוח ולא אשקוט בעולם הבא, עד שאעשה לו טובה" (אשר בנחל, חלק כ"ט, מכתב ד'תשע"ג), און איך האב זיך זייער געשטארקט פון דעם ספר "תיקון קריאת שמע שעל המיטה" וואס מוהרא"ש האט געדרוקט יארן צוריק, און לויט וואס איך ווייס איז עס מער נישטא צו באקומען, אבער היות וואס עס איז נאר א ליקוט מיט עטליכע ווערטער וויל איך וויסן צי עס הייסט אויכעט א "ספר מספרי מוהרא"ש".
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ...
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אודאי ווערט דאס גערעכנט צווישן די ספרים פון מוהרא"ש, דאס איז דאך פון די ערשטע ספרים וואס מוהרא"ש האט געדרוקט; עס האט אין זיך שטארקע חיזוק. עס איז א בחינה פון מיעוט המחזיק את המרובה; די פאר ווערטער געבט זייער אסאך חיזוק פאר'ן מענטש, מען דארף נישט מער פון איין ווארט חיזוק, איין ווארט שכל און דאס בייט איבער דעם גאנצן מענטש.
דרוקט דעם ספר קריאת שמע שעל המיטה וואס מוהרא"ש האט ארויסגעגעבן וועט איר זען גלייך גרויסע ישועות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.