תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל פרעגן אויב מען מעג גיין צו אזעלכע מענטשן וואס היילן דורך פארשידענע נאטירליכע ענערדזשי מיטלען. דא אין ארץ ישראל איז באוואוסט א זאך וואס הייסט "מח אחד", מען טאפט די מאסעלס בשעת מען פרעגט דעם פאציענט זאכן וועגן אים, און דער היילער שפירט ווי אזוי די מאסעלס רעאגירן.
איך ווייס פון א צווייטן וואס היילט מיט די הענט, ער זאגט אבער כסדר אז אלעס איז פון אייבערשטן, ער איז נאר א שליח. ער קען זאגן גלייך וואס די מחלה איז, און דער שורש דערפון.
נאך א מיטל איז דא מיט'ן נאמען "באך פלאהער רעמעדיעס", מען לייגט נעבן דעם גוף וויטאמינען, הערבס, אדער מעדיצינען, און מען פילט צי עס איז גוט פאר דעם מענטש.
און אזוי ווייטער איז דא נאך פארשידענע סארט אזעלכע מיטלען צו היילן. וויל איך וויסן אזוי ווי עס זענען דא רבנים וואס זאגן אז דאס איז כישוף, און אנדערע זאגן אז עס איז נישט קיין פראבלעם, וויל איך וויסן צי מען מעג גיין צו זיי זיך צו היילן פון א פיזישע קרענק אדער א נפשיות'דיגע קרענק. איך ווייס פון מענטשן וואס טענה'ן אז זיי זענען אויסגעהיילט פון קראנקהייטן דורך די סארט זאכן.
וואס האלט דער ראש ישיבה שליט"א וועגן דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די אלע זאכן זענען נארישקייטן; א שאד זיך נאריש מאכן מיט די אלע זאכן, א שאד די צייט און א שאד די געלט.
אידישע קינדער האבן די הייליגע תורה, די תורה איז אונזער וועג ווייזער; די אלע נייע זאכן, חדשים מקרוב באו - דאס איז נישט דער וועג פון די תורה, דאס איז אלעס דמיונות און חלומות.
לאז זיך אפ פון די זאכן; גיי אין די וועגן פון די צדיקים, אין די פיס טריט פון די הייליגע צדיקים פון אלע דורות. אז מען האט געהאט א ספק ווי אזוי זיך צו פירן האט מען געבעטן דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", אין אונזערע דורות ווען מיר זענען אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", האט דוד המלך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונז, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.
מאך זיך שיעורים אין די הייליגע תורה; מאך זיך א שיעור אין מקרא, משנה, גמרא און מדרש - וועסטו זען ווי אזוי זיך צו פירן, די תורה וועט דיר העלפן אין יעדע פרט.
מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן פונעם חזון איש זכותו יגן עלינו, מען האט אים געפרעגט צי היינט איז דא די אורים ותומים, האט ער געענטפערט: "מיין אורים ותומים איז דער שולחן ערוך; ווען איך דארף וויסן ווי אזוי זיך צו פירן קוק איך אין שלחן ערוך".
די אלע זאכן זענען פוסטע נארישקייטן.
וואויל איז דעם וואס נארט זיך נישט, ער הערט נישט אויס די אלע חזיונות, חלומות און דמיונות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.