תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אזוי ווי ב"ה איך האב געהאט די זכיה צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש, וויל איך פרעגן אזוי ווי ס'איז נישט דא א קביעות'דיגער הצלה מאן אין אונזער שול, אויב ס'איז כדאי אז איך זאל גיין זיך לערנען "אי. עם. טי" [EMT]? און צי ס'פעלט אויס אריינצוגיין און די "חברה הצלה", אדער ס'איז גענוג זיך צו לערנען?
א גרויסן יישר כח פאר'ן מחזק זיין שטענדיג.
בערל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום א' פרשת וזאת הברכה-ב, י"א תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד בערל נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ברסלב, בלאמינגראוו ניו יארק
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט זוכה געווען צו עפענען א בית המדרש "היכל הקודש", מחזק צו זיין אידישע קינדער מיט די עצות וואס דער הייליגער רבי לערנט מיט אונז.
בנוגע וואס דו פרעגסט אז עס איז נישט דא אין דיין בית המדרש א "הצלה מאן" צי דו זאלסט זיך גיין לערנען צו קענען ראטעווען מענטשן; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין אן "הצלה מאן", חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְקַיֵּם נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׁרָאֵל, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב, כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא", אז א מענטש ראטעוועט אפילו נאר איין מענטש, רעכענט מען אים אזוי ווי ער האט אויפגעשטעלט א גאנצע וועלט; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע מסירות נפש די אינגעלייט פון חברה הצלה האבן. אינמיטן זייער ארבעט לויפן זיי ראטעווען א צווייטן, אינמיטן פארברענגען מיט זייער משפחה לאזן זיי אלעס איבער און לויפן העלפן א צווייטן, אינמיטן דער נאכט לויפן זיי ארויס פון בעט צו ראטעווען א צווייטן איד - א איד וועם זיי קענען נישט, און וועלן קיינמאל נישט קענען, זיי טוען דאס נאר פארן אייבערשטנס וועגן. ווען איך טרעף אן "הצלה מאן" טראכט איך: 'יהי חלקי עמו', איך וויל האבן א חלק אין די מצוה וואס ער טוט.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה לב:): "כָּל הַמְרַחֵם עַל הַבְּרִיוֹת, בְּיָדוּעַ שֶׁהוּא מִזַּרְעוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ, וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ מְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵינוֹ מִזַּרְעוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", ווער עס האט רחמנות אויף א צווייטן, איז א סימן אז ער איז א אידיש קינד - ער שטאמט פון אידן, און ווער עס האט נישט רחמנות אויף א צווייטן, איז א סימן אז ער שטאמט נישט פון אידן.
דערפאר איז זייער א גרויסע זאך ווער עס קען זיך לערנען צו ראטעווען א צווייטן, בפרט אז דו זאגסט אז ביי דיר אין בית המדרש איז נישט דא קיין "הצלה מאן", איז זיכער כדאי זיך צו לערנען [אי עם טי] כדי צו קענען ראטעווען א צווייטן איד. (פארשטייט זיך אז נישט יעדער איז געאייגענט פאר דעם; עס איז דא וואס קענען נישט צוזען קיין טראגעדיע ה' ירחם, און ווען זיי זעען נאר אביסל בלוט, חלש'ט ער, און ווען ער קומט אן צו העלפן יענעם ווערט א בחינה פון הבא ללמד ונמצא למד, ער חלש'ט אוועק און מען דארף יעצט דערמונטערן צוויי מענטשן; עס האט שוין פאסירט אסאך אזעלעכע מעשיות, נאר מען דארף זיין א שטארקער מענטש און זיין געמאכט דאס צו קענען באהאנדלען).
אז מען רעדט שוין פון הצלה, דארף מען וויסן אז זיי ווייסן פונקטליך וואס זיי האבן צו טון עס זאל זיין הלכה'דיג אויסגעהאלטן, און מען טאר נישט אריין רעדן אין דעם; נעכטן יום הקדוש פארציילט מיר א הצלה מאן, אז ער איז געלאפן אינמיטן דאווענען ראטעווען א פרוי וואס האט אוועק גע'חלש'ט, ער האט איר דערמינטערט און געגעבן צו טרינקן אזוי ווי די הלכה איז, זאגט ער מיר אז דער מאן איז געשטאנען דארט און געשריגן אויף אים: 'היתכן ער געבט איר אויסצופאסטן מער ווי דער שיעור, מען מעג געבן נאר פחות מכשיעור'. ער האט נישט געוואוסט די הלכה אז איינמאל א מענטש האט גע'חלש'ט איז מַאֲכִילִין אוֹתוֹ עַד שֶׁיָּאִירוּ עֵינָיו (שלחן ערוך אורח חיים, סימן תרי"ח, סעיף ט), דעמאלט דארף מען נישט מצמצם זיין און געבן פחות מכשיעור, דערפאר דארף מען וויסן נישט אריין צו רעדן וכו'.
דער עיקר זאלסטו זען אז ביי דיר אין שול זאל מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן; פאר דער הייליגער רבי איז אוועקגעפארן פון ברסלב צו פארן קיין אומאן, און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן, אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געהאלטן די האנט אויפן מזוזה און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קפז): "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צוזאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געוואלט אז מען זאל זיך האלטן צוזאמען.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.