שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל איך לערנען מסכת מועד קטן?
גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט יעצט פאר מסכת מועד קטן און איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל לערנען די מסכתא, עפעס ליגט מיר אין קאפ אז היות עס האט ענינים פון אבילות לערנט מען עס נאר אין געוויסע צייטן. עס איז מיר נוגע יעצט אינעם סדר דרך הלימוד


א גרויסן יישר כח אויף אלעס ביז אהער און הצלחה רבה אויף ווייטער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ח): "כְּשֶׁלּוֹמְדִין מִלֵּי דְּפוּרְעָנוּתָא (כְּגוֹן כְּשֶׁלּוֹמְדִין הִלְכוֹת אֲבֵלוּת וְכַיּוֹצֵא) אֵין לְעַיֵּן שָׁם הַרְבֵּה", ווען עס קומט אויס צו לערנען זאכן פון שטראף רייד אדער הלכות פון טרויערן - זאל מען דאס נישט לערנען צו טיף, "כִּי אֵין צְרִיכִין לְהַעֲמִיק הַמַּחֲשָׁבָה בִּמְקוֹמוֹת כָּאֵלּוּ", זיך נישט אריינטון אין די זאכן, "כִּי הַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל", ווייל פון וואס מען טראכט - דאס פאסירט, (כַּמְבֹאָר בִּמְקוֹמוֹת אֲחֵרִים) וְעַל־כֵּן צְרִיכִין לַעֲבֹר בִּמְהִירוּת מְקוֹמוֹת כָּאֵלּוּ, דעריבער זאל מען דאס שנעל לערנען.


אז דו לערנסט ש"ס אויפ'ן סדר און דו לערנסט דאס אויפן סדר דרך הלימוד, די וועג פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), פון לערנען שנעל - קענסטו לערנען מסכת מועד קטן. נאר אז מען וויל דאס לערנען מיט א שטארקע עיון - דעמאלט איז גוט צו לערנען ווען עס איז נוגע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.