תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האלט ברוך ה' יעצט אינמיטן די צווייטע מאל ש"ס, נאר מיט אייער חיזוק און עצות האב איך דאס געקענט באווייזן.
יעצט האב איך געליינט אז מוהרא"ש זי"ע זאגט אז מ'זאל איבערגיין א מסכתא הונדערט און איין מאל, און ערשט נאכדעם גיין צו די צווייטע מסכתא. וויל איך וויסן אויב ס'איז טאקע דוקא אזוי, אדער איך קען ווייטער גיין מיט מיין סדר און ענדיגן נאכאמאל ש"ס.
אויב איז יא דוקא אז מ'זאל ענדיגן איין מסכתא אויפאמאל הונדערט און איין מאל, וויל איך וויסן וואס יעצט צו טון? זאל איך זיך אפשטעלן וואו איך האלט און צוריקגיין לערנען יעדע מסכתא הונדערט און איין מאל, אדער קען איך קודם ענדיגן נאכאמאל ש"ס, און ערשט נאכדעם דאס טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה; דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס און דו האסט שוין נאכאמאל אנגעהויבן ש"ס.
חכמינו זכרונם לברכה ברענגען (אבות ו, ט) רבי יוסי בן קיסמא דערציילט: איינמאל בין איך געווען אונטערוועגנס, איך האב געטראפן איינעם און יענער פרעגט מיר וואו איך וואוין, אין וועלכע שטאט; האב איך אים געענטפערט אז איך וואוין אין א פלאץ פון תלמידי חכמים, "אָמַר לִי, רַבִּי, רְצוֹנְךָ שֶׁתָּדוּר עִמָּנוּ בִמְקוֹמֵנוּ, וַאֲנִי אֶתֵּן לְךָ אֶלֶף אֲלָפִים דִּינְרֵי זָהָב וַאֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת", האט ער מיר געפרעגט 'אפשר וויל דער רבי קומען וואוינען ביי אונזער שטאט און איך וועל אייך געבן אסאך געלט און טייערע שטיינער', "אָמַרְתִּי לוֹ, בְּנִי, אִם אַתָּה נוֹתֵן לִי כָל כֶּסֶף וְזָהָב וַאֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת שֶׁבָּעוֹלָם, אֵינִי דָר אֶלָּא בִמְקוֹם תּוֹרָה", האב איך אים געענטפערט, 'אפילו אויב דו וועסט מיר געבן די גאנצע געלט פון די וועלט וועל איך אויך נישט גיין וואוינען נאר אויף א פלאץ וואו מען לערנט תורה', "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא שֶׁבִּשְׁעַת פְּטִירָתוֹ שֶׁל אָדָם אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד", ווייל ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט נעמט ער מיט נאר תורה און גוטע מעשים; די אלע געלט, גאלד און זילבער - דאס נעמט מען נישט מיט מיט זיך.
נאר דאס וועט איבער בלייבן, נאר די תורה וואס מען לערנט - דאס נעמט מען מיט; די בלעטער גמרא און פרקים משניות וואס מען האט ארויסגעכאפט יעדן טאג, אזוי ווי עס שטייט (משלי ו, כב): "בְּהִתְהַלֶּכְךָ תַּנְחֶה אֹתָךְ", די תורה וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט, "בְּשָׁכְבְּךָ תִּשְׁמֹר עָלֶיךָ", די תורה וועט דיר אפהיטן אין קבר פון אלעם שלעכטס, "וַהֲקִיצוֹתָ הִיא תְשִׂיחֶךָ", און די תורה וועט זיין פאר דיר א מליץ יושר ביים בית דין של מעלה.
קענסט לערנען ווי אזוי עס איז דיר געשמאק און באקוועם; מוהרא"ש האט נישט געזאגט מען זאל לערנען דוקא אויף א געוויסע אייגנארטיגע וועג, מוהרא"ש וויל איין זאך: "יעדער איד זאל לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה אן א שיעור מאל"; איינער האט א געשמאק צו ענדיגן ש"ס כסדרן, א צווייטער האט א געשמאק צו נעמען איין מסכתא און דאס איבער גיין הונדערט און איין מאל און נאכדעם נעמען נאך א מסכתא און דאס לערנען און ענדיגן הונדערט און איין מאל און אזוי ווייטער.
זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, דער עיקר זאלסטו ווייטער לערנען פלייסיג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.