שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל איך קויפן א נייע טלית, אדער בלייבן מיט די אלטע?
תכלית, טלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג קויפן א נייע טלית יעדע שטיק צייט, אז ס'זאל אלץ זיין שיין און ריין, לעצטנס האט מיר אבער איינער געזאגט אז איך זאל עס נישט טון ווייל ווי אזוי וועסטו אויסזען מ'וועט דיך אריינלייגן אין קבר מיט א נייע טלית? פארוואס זאלסטו נישט מיטנעמען די טלית וואס דו האסט אין דעם געדאווענט אלע יארן? מען זעט אז עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געהייסן אריינלייגן זאכן אין זייער קבר. איז דאס גערעכט אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טראכט נישט ווי אזוי דו וועסט אויסקוקן ווען מען וועט דיר אריינלייגן אין קבר מיט א נייע טלית, מיט אן אלטע טלית; טראכט 'ווי אזוי וועל איך אויסקוקן ווען מען וועט מיר אריינלייגן אין קבר, וואס וועל איך מיט נעמען מיט מיר?'


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג) "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל זענען דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטעריג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה, אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן, מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען, "וְכֵן מֻנָּחִים כַּמָּה בְּנֵי אָדָם עֲרֻמִּים בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים גַּם כֵּן מְאֹד", נאכדעם זענען דא נשמות וואס שרייען: "תְּנוּ לָנוּ בַּמֶּה לְהִתְכַּסּוֹת", ברענגט אונז קליידער, מיר דארפן זיך צודעקן, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים: 'הֲרֵי לָכֶם מַלְבּוּשִׁים'", מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא, אֵין אֵלּוּ מַלְבּוּשִׁים נִצְרָכִים לָנוּ כְּלָל'", זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר, "רַק אָנוּ צְרִיכִים מִצְווֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים לְהִתְלַבֵּשׁ בָּהֶם", מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים.


און דער רבי פירט אויס: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.


אנשטאט טראכטן ווי אזוי דו וועסט אויסקוקן מיט א נייע טלית, מיט אן אלטע טלית, טראכט: 'וואס וועל איך ענטפערן פאר'ן שומר הפתח ווען ער וועט אויסרופן הויך פאר אלע נשמות: הייב אן זאגן אלע פסוקים חומש און פרקים משניות וואס דו האסט געלערנט'? עס וועט דאך זיין אזא בושה ווען מען וועט נישט קענען עפענען דאס מויל... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, א): "מִכָּאן אָמְרוּ, שֶׁיִּקְרָא אָדָם שֶׁיְּהֵא תָּפוּס בְּיָדוֹ", א מענטש זאל זען צו לערנען חומש און משניות, "כְּדֵי שֶׁלֹּא תַּשִּׂיגֶנּוּ בּוּשָׁה וּכְלִמָּה", ער זאל נישט פארשעמט ווערן, "בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", ווען מען וועט אים אויסרופן ער זאל קומען זאגן וואס ער האט געלערנט.


דו קענסט קויפן א נייע טלית, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קלג:) אויפ'ן פסוק (שמות טו, ב): "זֶה אֵלִי וְאַנְוֵהוּ", 'עֲשֵׂה לְפָנָיו צִיצִית נָאָה', עס איז א מצוה צו האבן א שיינעם טלית; אויך דארף מען אכטונג געבן אז די ציצית און די טלית זאלן זיין ריין און שיין, אז מען גייט מיט א ריינע ציצית, מיט א ריינע טלית - ווייזט מען אז די מצוות פונעם אייבערשטן זענען חשוב און טייער ביים מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים