תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל זייער שטארק אנהויבן לייגן רבינו תם תפלין, אבער דערווייל איך זיך נישט מיט איבריגע פינף טויזנט שקל. איך וויל פרעגן אויב איך מעג גיין נאך צדקה פאר דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת פקודי, כ"ה אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אודאי און אודאי זאלסטו שוין לויפן צום סופר און קויפן תפילין דרבינו תם אויף בארג, עס זענען דא פוסקים וואס זאגן אז אויב מען לייגט נישט רבינו תם תפילין, איז מען א קרקפתא דלא מנח תפילין; קיין איין טאג זאלסטו נישט פארפאסן אנטון די הייליגע צוויי פאר תפילין.
בארג געלט און קויף זיך שוין היינט רבינו תם תפילין, און אז דו קענסט נישט האבן אויף היינט - זאלסטו בארגן פון א מתפלל אין שול רבינו תם תפילין. ווייל דער רבי האט געזאגט מען זאל אנטון פון די בר מצוה יעדן טאג ביידע פאר תפילין, רש"י און רבינו תם, און מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה, אות כח): "וְעַל כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ' צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן; און קוקט אריין אין זיינע הייליגע ווערטער וואס ער שרייבט ווייטער, מורא'דיגע ווערטער (שם, אות כט): "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְאֹד מְאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילין זיך צו קענען קריגן מיט אים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.