תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך הער אסאך ביי די שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט איבער די גרויסקייט פון א בארד, נישט צוצורירן און נישט צו שניידן די בארד. למעשה זע איך אבער ביי געוויסע קרייזן, וואס זיי זענען באמת ערליכע אידן, און זיי שניידן יא די בארד. ווי אזוי ארבעט דאס? איז דאס א פראבלעם אדער נישט?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אנשטאט צו קוקן אויף דעם און אויף יענעם, קוק וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.
דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, השמטה, תחלת חלק שני): אויפן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליינס און נישט געקוקט אויף קיינעם, ער האט נאר געטון וואס דער אייבערשטער זאגט; וואויל איז דעם וואס קוקט נישט אויף קיינעם, ער טוט נאר וואס דער אייבערשטער זאגט און זיין אידישקייט איז נישט געבויט אויף וויפיל מענטשן טוען דעם רצון השם. אפילו ער זאל בלייבן איינער אליין וועט ער אויך זיין שטאלץ מיט זיין בארד און פיאות, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו (ישעיהו סד, ג): "עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹהִים זוּלָתְךָ יַעֲשֶׂה לִמְחַכֵּה לוֹ".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.