תוכן השאלה
פון מנשה. לכבוד דער טייערער ראש ישיבה שליט"א איך בין א אינגערמאן פון 33 יאר אלט, און איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה דעם פארגאנגענעם יו"ט שבועות. דאס איז געווען דער ערשטער מאל אין מיין לעבן וואס איך האב געענדיגט גאנץ משניות, עס האט מיר גענומען א גאנץ יאר עס צו ענדיגן, און איך האב גלייך נאכדעם אנגעהויבן נאכאמאל משניות, און איך האב אויך אנגעהויבן א שיעור אין ש"ס, און איך האלט שוין אינמיטן מסכת עירובין. איך הער אויס אייערע שיעורים, און איך האב נישט די ווערטער אייך צו דאנקען פאר אלע גוטע עצות און חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים, און איך וויל בעטן אויב איר קענט מיר שרייבן חיזוק אז איך זאל ווייטער אנגיין מיט'ן לערנען תורה יעדן טאג.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד מנשה ני"ו
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען דאס ערשטע מאל אין דיין לעבן 'ששה סדרי משנה'; דער חיד"א ז"ל ברענגט בשם מדרש תלפיות: "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מֵנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", אז ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל, קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריין שלעפן אין גיהנום, הייבט דער מענטש אן צו שרייען צו אלע צדיקים, ער שרייט: "אברהם אבינו ראטעווע מיר, יצחק אבינו ראטעווע מיר, יעקב אבינו ראטעווע מיר", אבער קיינער ענטפערט אים נישט; נאכדעם שרייט ער: "ראובן, שמעון, לוי", ביז ער קומט אן צו אשר בן יעקב. אשר פרעגט דעם מענטש צי ער האט געלערנט משניות, אויב ענטפערט ער 'יא', נעמט ער אים אריין אין גן עדן; דער חיד"א טייטש מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות פון 'משנה', "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", און ער וועט אים געבן גן עדן, זעט מען דאס גרויסקייט פון משניות.
א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, אז ער וויל זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים נישט; האט אים דער רבי געזאגט: "אַתָּה עֲשֵׂה טוֹב, וַעֲסֹק בַּעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת, וּכְשֶׁתַּעֲסֹק וְתַתְמִיד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ אֲזַי הַטּוֹב יִשָּׁאֵר, וְהָרַע מִמֵּילָא יִתְבַּטֵּל" - דו טו גוטס, און דאס שלעכטס וועט פון זיך אליינס אוועק גיין (חיי מוהר"ן, סימן תמז).
ווי זיס און ווי געשמאק איז, ווען מען זיצט מיט א חומש, א משניות, א גמרא, און מען לערנט אויפן 'סדר דרך הלימוד' וואס מיר האבן באקומען פונעם הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו) און מען איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן; מען דארף נישט קיינעם, נאר דעם אייבערשטער אליין.
ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן האט ער זייער א זיס לעבן; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און טרינקט קאפיטליך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".
איך האב הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים, און דו לעבסט מיט'ן אייבערשטן און מיט די תורה. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, און מצליח זיין אין אלע דיינע ענינים.