תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אין די שיעורים אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי חברים, און דאס איז מיר זייער אינטערעסאנט, ווייל מיר געפינען זייער אסאך אין די תורה און חז"ל איבער די גרויסקייט פון האבן חברים. צום ביישפיל "אהבת דוד ויהונתן", "נושא בעול עם חבירו", "דיבוק חברים", און אין די גמרא מסכת ברכות דף יז "ותקנינו בחבר טוב בעולמך".
און אזוי איז באקאנט פון אסאך חסידישע ספרים אז אידן מוזן זיך אלעמאל האלטן צוזאמען, זיין איבערגעגעבן איינער פאר'ן צווייטן מיט מסירת נפש. חז"ל זאגן שוין "שלי שלך ושלך שלי", און אין ספר ישמח ישראל טייטשט איר דעם פסוק "לתאווה יבקש נרדף" אז ווער ס'טיילט זיך אפ פון חברים גייט נאך זיינע תאוות.
דעריבער פארשטיי איך נישט ווי אזוי איר קענט זאגן די ווערטער, "ס'איז נישטא אזא זאך ווי חברים".
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אודאי דארף א מענטש האבן גוטע חברים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ט): "אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם?" וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי א מענטש זאל זיך פירן, "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר, חָבֵר טוֹב", רבי יהושע זאגט מען זאל זיך נעמען א גוטער חבר; ווייל אז מען האט א גוטע חבר קען מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן. נאך געפונען מיר אז חז"ל זאגן (תענית כג.): "אוֹ חַבְרוּתָא אוֹ מִיתוּתָא", אויב מען האט נישט קיין גוטער חבר איז מען ווי א טויטער מענטש.
דורך א גוטע חבר קען מען זוכה זיין צו מקבל זיין פונעם צדיק אסאך מער; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד) אז דורך א חבר קען א מענטש איבער חזר'ן אלע תורות פונעם צדיק, אזוי אויך קען מען זיך לערנען פון א חבר מער וויפיל מען לערנט פונעם רבי'ן, אזוי ווי רבי חנינא האט געזאגט (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי, וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", איך האב געלערנט אסאך תורה פון מיינע רבי'ס, און פון מיינע חברים האב איך געלערנט נאך מער ווי פון מיינע רבי'ס.
אבער פון די אנדערע זייט דארף מען זיך זייער היטן פון מענטשן, ווייל רובם ככולם מיינען די אייגענע אינטערעסע. מוהרא"ש האט אונז כסדר מזהיר געווען מיר זאלן אכטונג געבן פון מענטשן, מוהרא"ש טייטשט דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ג): "הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת, שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן. נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן, וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ"; א מענטש זאל זיך היטן פון סתם זאכן וואס ווערט אנגערופן דברים של רשות, דאס הייסט "הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת" - מען זאל זיך היטן פון מענטשן וואס מאכן זיך ווי חברים, "שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן" – דאס וואס זיי זענען דיר מקרב און זיי מאכן זיך ווי חברים דאס טוען זיי כל זמן זיי קענען האבן א טובת הנאה פון דיר, דאס טוען זיי פאר זייער אייגענע אינטערעסע, "נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן" – ווי לאנג זיי קענען ארויס האבן פון דיר א הנאה מאכן זיי זיך ווי זיי האבן דיר ליב און ווען זיי זעען אז זיי קענען מער גארנישט האבן פון דיר דעמאלט ווארפן זיי דיר אוועק, אזוי ווי מיר זעען "וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ" - זיי העלפן נישט דעם מענטש ווען ער איז אין א צרה; דאס איז א סימן אז זיי זענען קיינמאל נישט געווען קיין חברים, ווייל אן אמת'ער חבר וועט קיינמאל נישט אפלאזן דעם מענטש אפילו ווען ער קען נישט האבן א טובת הנאה פון אים.
דעריבער פלעגט מוהרא"ש אונז שטענדיג אנזאגן מיר זאלן זיך אכטונג געבן פון חברים און פון פריינד און דאס זאג איך שטענדיג פאר מיינע תלמידים, זיי זאלן נישט פארברענגען זייערע טעג און יארן מיט חברים, ענדערש זאל מען פארברענגען מיט די אייגענע שטוב. ווייל די איינציגסטע חבר וואס איז דא איז דער מאן פאר זיין ווייב און די ווייב פאר איר מאן, זיי בלייבן שטענדיג אינאיינעם (אויב זיי האבן שכל ווי אזוי זיך צו פירן).
עס איז כדאי דו זאלסט מעיין זיין אין צוואת מוהרא"ש (אות ט) וואו מוהרא"ש רעדט פון חברים, איך בין דיר מעתיק דעם חלק צוואה:
"אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן.
פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר אִיז זֵייעֶר מַצְלִיחַ אִין אַלֶע הִינְזִיכְטְן, וֵוייל עֶר חַנְפְ'עֶט נִישְׁט קֵיינֶעם, אוּן הָאט נִישְׁט מוֹרָא פוּן קֵיינֶעם, אוּן לֶעבְּט זִיךְ זַיין אֵייגֶענֶעם לֶעבְּן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.