שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך יאג זיך אלעמאל, איך בין קיינמאל נישט רואיג
מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ב"ה פון ווען איך האב אנגעהויבן אויסהערן די שיעורים און עצות פון ראש ישיבה, זע איך גרויסע שינויים אין מיין לעבן, איך האב זוכה געווען אנצוהייבן א שיעור אין משניות און גמרא יעדן טאג, איך פארפאסט נישט קיין איין שמועס פונעם ראש ישיבה און איך האב שטארקע חיזוק דערפון.


איך האב געוואלט פרעגן, איך האב א פראבלעם אז איך יאג זיך א גאנצן טאג. ווען איך גיי אריין דאווענען, טראכט איך ווען ענדיגט מען שוין; זעץ איך זיך אביסל לערנען, קוק איך יעדע מינוט אויפ'ן זייגער; האב איך שוין אנגעהויבן א פרק, קוק איך ווי גרויס דאס איז און ווען הייבט זיך שוין אן די קומענדיגע פרק, און נאך וויפל בלאט עס איז דא, אין גמרא, משניות, חומש. און דאס איז נישט נאר ביי תורה ומצוות, לערנען וכו', איך האב עס אויך ביים עסן, פארברענגען וכו', א גאנצן טאג טראכט איך פון באלד, שפעטער, מארגן, נעקסטע וואך! נעקסטע חודש!! און נעקסטע יאר!!! ווען וועל איך שוין קענען הנאה האבן פון דעם הווה, פון היינט, פון יעצט? וואס איז די עצה איך זאל קענען אנהייבן לעבן רואיג, טון וואס איך דארף יעצט טון, און הנאה האבן, און נישט טראכטן פונעם עתיד?


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב די סגולה פון משניות איז דווקא ח"י פרקים יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און דו האסט זיך געמאכט א שיעור אין משניות און אין גמרא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין נד.): "חָשׁ בְּרֹאשׁוֹ יַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה", ווען די קאפ טוט וויי זאל מען לערנען תורה; דאס גייט ארויף אויף אלע סארט קאפ-ווייטאג, פיזיש און גייסטיש. אויף אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע פארדרייט דער קאפ, איז די עצה - אנטלויפן צו די הייליגע תורה.


זייער אסאך מענטשן האבן די סארט מחשבות וואס דו גייסט אריבער; ווען זיי דאווענען אדער לערנען טראכטן זיי: 'ווען ענדיגט מען שוין דאווענען', 'ווען ענדיגט מען שוין לערנען וכו'', אדער בכלל מחשבות: 'וואס גייט זיין וכו''. דו דארפסט זיך נישט מבלבל זיין פון די סארט מחשבות, דער ס"מ זוכט וועגן ווי אזוי ער קען צעברעכן דעם מענטש, צו יעדן איינעם קומט ער מיט א צווייטן וועג. ווען ער זעט א מענטש הייבט אן לערנען און דאווענען, זוכט ער נייע וועגן ווי אזוי צו צעברעכן דעם מענטש, ער הייבט אן פארדרייען דעם קאפ מיט שלעכטע מחשבות, אלעס נאר אז דער מענטש זאל צעבראכן ווערן און אויפהערן דינען דעם אייבערשטן.


פאלג דעם רבי'ן, זאג משניות אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו זאגסט; דו פאלג דעם הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געגעבן א דרך הלימוד וואס איז א דבר השוה לכל נפש (עיין שיחות הר"ן, סימן עו) וועסטו זוכה זיין צו א נייע מח מיט ריינע מחשבות.


וויסן זאלסטו אז יעדעס ווארט תורה וואס מען איז זוכה צו לערנען איז נישט דא קיין שכר דא אויף דער וועלט וואס מען זאל אים קענען באצאלן דערפאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו זוטא, ב): "אֲפִילוּ אֵין בְּיָדוֹ שֶׁל אָדָם לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה, אֶלָּא יוֹשֵׁב וְקוֹרֵא כָּל הַיוֹם 'וַאֲחוֹת לוֹטָן תִּמְנָע', שְׂכַר תּוֹרָה בְּיָדוֹ", אפילו א מענטש האט גארנישט געלערנט - נישט קיין מקרא, נישט קיין משנה, ער האט נאר געלערנט איין פסוק (בראשית לו, ט): "וַאֲחוֹת לוֹטָן תִּמְנָע", וועט ער באקומען שכר אויף דעם. ווייל יעדע ווארט תורה איז חשוב ביים אייבערשטן.


די מפרשים זאגן שוין טעמים פארוואס ער כאפט אן דעם פסוק וַאֲחוֹת לוֹטָן תִּמְנָע, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין צט:) אז מנשה המלך האט געהאלטן דרשות של דופי, ער האט גערעדט אנקעגן משה רבינו, "פארוואס האט משה רבינו געדארפט שרייבן אין די תורה וַאֲחוֹת לוֹטָן תִּמְנָע, וואס גייט מיר דאס אן וכו'?!" ער האט נישט געגלייבט אז יעדע פסוק איז געשריבן געווארן מיט א פונקטליכער כוונה; דאס לערנען אונז חז"ל, אז ווען א מענטש חזר'ט דעם פסוק וַאֲחוֹת לוֹטָן תִּמְנָע באקומט ער שכר, ווייל ער גלייבט אז אין יעדע ווארט תורה איז באהאלטן דער אייבערשטער, נישט אזוי ווי מנשה המלך האט געזאגט.


דערפאר זאלסטו ווייטער לערנען די הייליגע תורה; כאפ אריין וויפיל פרקים משניות דו קענסט. אודאי איז זייער גוט אז מען לערנט ח"י פרקים משניות יעדן טאג, דאס איז גאר א גרויסער תיקון פארן מענטש, אבער מען דארף געדענקען אז אויב מען קומט נישט אן צו לערנען ח"י פרקים משניות, לערנט מען וויפיל מען קען. יעדע משנה, יעדע פרק וואס מען לערנט, וועט מען מיט נעמען אויף יענע וועלט אויף אייביג.


א פרייליכן שבת.