תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב אייך שוין געשריבן אפאר מאל וועגן מיינע קינדער, די בחורים וועלכע פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, און איך מוז אייך זאגן אז איך זע אביסל א ישועה ביי ביידע בחורים, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפען, איך האב מיט ביידע געמאכט א שיעור אין משניות, מיט'ן עלטערן האלט איך ביי מעשר שני, און מיט'ן צווייטן האלט איך ביי יומא.
דער דאנק קומט זיך פאר אייך וואס איר האט מיר אזויפיל מחזק געווען, און געגעבן הדרכה און עצות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי.
יעצט האב איך א קלענערע נסיון, איך דארף זיך אבער שטארקן אין דעם. מיינע צוויי בחורים זענען איינער כמעט 21 יאר, און דער צווייטער איז 18 יאר, אבער מ'טראכט נאך בכלל נישט פון קיין שידוכים. ווידער איז דא איינער ביי אונז אין די משפחה, מיין ווייב'ס יונגערע שוועסטער, וואס זי מאכט יעצט חתונה איר ערשטע קינד, מיט זייער א נארמאלע שיינע שידוך, אלעס גלאנצט און אלעס איז פיין.
איז יעצט דא צוויי זאכן וואס באדערן מיר, איינס די קנאה אז איך דארף זיך פרייען אז מיין בחור לערנט כאטש אביסל משניות, דארט וואו ער איז אין איטאליע, און ביי זיי מאכט מען אזא שיינער שידוך און אלעס איז פיין. און די צווייטע איז ווען איך דארף גיין צו די שמחה, יעדער וואונטש מיר אן "אי"ה ביי דיר אויף שמחות" יעדער טראכט אז איך בין א רחמנות, און איך פיל זיך זייער נישט בא'טעמ'ט.
אפרים
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אפרים נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און א גרויסן יישר כח פארן מיר מודיע זיין אז דו זעסט שוין א שינוי לטובה ביי דיינע קינדער. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען נחת ביי אלע דיינע קינדער.
עס איז זייער נאריש צו מקנא זיין א צווייטן, ווייל קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם; עס קען אויסקוקן צומאל פון אינדרויסן אז ביי יענעם גלאנצט אלעס, עס דאכט זיך אז יענער איז מצליח אין אלעס, ער האט שלום בית, נחת וכו'; אבער באמת האט דער מענטש בכלל נישט קיין לעבן, עס זעט נאר אזוי אויס פון אינדרויסן.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, אז בפשטות מיינט דאס נאכן שטארבן, אבער באמת גייט דאס אויך ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; ווען א מענטש האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט נאך בחיים חיותו, זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף, טראכטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענער', 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער', 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענער', 'קינדער ווי יענער'; אבער באמת דארף א מענטש וויסן, אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא ווייב, אזעלכע קינדער, און אזא סארט שטוב וכו' וכו', איז דאס די בעסטע פאר אים, און בעסער קען נישט זיין.
דאס וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט זיך ווי א רחמנות ווען דו גייסט אויף שמחות און מען וואונטשט דיר וכו'; וויסן זאלסטו אז א רחמנות איז נאר איינער וואס טראכט אז ער איז א רחמנות. מען ווערט נישט א רחמנות ווען א צווייטער האלט דיר פאר א רחמנות, נאר די אלע מענטשן וואס מען איז מזלזל אין זיי, מען האלט זיי ווי א רחמנות, דאס קומט ווייל די מענטשן גייען אליינס ארום צעקלאפט און צעזעצט. אבער ווען א מענטש איז שטארק מיטן אייבערשטן, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז מיט א פונקטליכע השגחה פונעם אייבערשטן - די סארט קינדער וואס איך האב, איז פונעם אייבערשטן; מיין ווייב; מיין פרנסה - אלעס איז פונעם אייבערשטן, און ער גלייבט אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן מיט אלעס וואס ער דארף - אזא איינער גייט נישט אן וואס א צווייטער האלט פון אים, וואס א צווייטער קוקט און טראכט אויף אים. דערפאר אז דו גייסט צו א משפחה שמחה און מען וואונטשט דיר מזל טוב, זאלסטו ענטפערן 'אמן' בשמחה ובטוב לבב, וואס קען דען שאטן א ברכה פון א צווייטער איד?
איך זאג דאס שטענדיג פאר מיינע תלמידים; אסאך מאל זענען דא בחורים וואס עס גייט זיי נישט קיין שידוך, און עס ווערט זיי זייער אומבאקוועם ווען זיי דארפן גיין אויף שמחות פון יונגערע חברים. זיי זאגן מיר "איך בין נאך א בחור און מיין חבר רופט מיר צו א שלום זכור, צו א קידוש וכו'", אזוי אויך באדערט זיי ווען מענטשן געבן זיי חיזוק, מענטשן פרעגן זיי זייער נאמען און מאמעס נאמען צו מתפלל זיין פאר זיי, און דאס מאכט זיי שפירן זייער אומבאקוועם; זאג איך זיי אזוי: "קיינער קען דיר נישט מאכן פאר א רחמנות - נאר דו אליין. אז דו האלסט זיך פאר א רחמנות, אפילו דו וועסט זיך איינשפארן ביי דיר אין שטוב און נישט גיין צו קיין שמחות, וועסטו צעבראכן ווערן, דו וועסט זיך אויפעסן פון צער וכו', ווייל א רחמנות ווערט מען נישט דורכדעם וואס יענער קוקט אויף דיר, נאר ווי אזוי דו אליינס קוקסט זיך אן".
איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך זאג דיר, און דו וועסט ארויס גיין פון דיין קטנות הדעת אז דו ביסט שולדיג, כאילו יענער האט עפעס מער געטון ווי דיר וכו' אז ביי אים גלאנצט אלעס אזוי שיין און אלעס קלאפט. דו דאנק דעם אייבערשטן אויף דיין ווייב און קינדער, און דאנק אים אויף די חסד אז דיינע קינדער לערנען מיט דיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין חתונה צו מאכן דיינע קינדער און שעפן נאר אידיש נחת פון זיי, אמן.