שאלה אין קורצן ענין
#1 - כ'האב א שווערע ארבעט, און מ'צאלט ווייניג
פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן ש'כח פאר די שיעורים, איך מיט מיינע חברים הערן אויס כמעט יעדן טאג, און מיר זענען זיך מחיה דערמיט.


מיר האבן ב"ה אנגעהויבן שיעורים כסדרן, און מעביר סדרה זיין יעדע וואך די חומש. אויך ליין איך די בריוון, און אסאך בריוון זענען ממש ווי געשריבן פאר מיר.


איך בין געגאנגען ארבעטן גלייך נאך די חתונה, און מיין בעל הבית האט מיר אנגעהויבן מיט 11 דאלער א שעה, און נאך א יאר איז ער ארויף צו 12 דאלער א שעה, אבער אפילו נאך צוויי יאר וויל ער נישט געבן מער, אויך האלט ער זיך נישט אפ פון שרייען אויף יעדע קליינע זאך, און די ארבעט איז מורא'דיג שווער צו דעליווערן באקסעס.


איך וויל זייער שטארק ארויסגיין אבער איך ציטער אז איך וועל נישט טרעפן קיין דשאב, און נישט קענען צאלן די רענט. אויך האב איך מורא אז מיין ווייב און מיין משפחה וועלן מיר אנקוקן ווי א שלימזל וואס טוישט יעדן טאג צו א נייע דשאב. איך פיל ממש ווי איך ווער דערשטיקט און איך קען מיך נישט א עצה געבן.


יישר כח.


פנחס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד פנחס נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא א דיבור פון הייליגן ר' נתן זכרונו לברכה: "א פרנסה טאר מען נישט אוועק ווארפן, נאר די פרנסה זאל דיר אוועק ווארפן"; דאס מיינט מען נישט צו זאגן אז אויב מען האט א בעל הבית וואס שרייט און פארשעמט זיין ארבעטער אז מען איז מחויב צו ארבעטן ביי אים א גאנץ לעבן, א מענטש דארף זען צו ארבעטן אויף א פלאץ וואו דער בעל הבית פירט זיך אויף שיין צו אים, אויב דער בעל הבית שרייט און פארשעמט, איז זיכער כדי צו טוישן צו א צווייטע ארבעט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין קידושין כב:): "פארוואס בארט מען די אויער פון אן עבד עברי, ווייל מען וויל אים זאגן מיט דעם, אֹזֶן שֶׁשָּׁמְעָה עַל הַר סִינַי (ויקרא כה, נה): כִּי לִי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל עֲבָדִים, וְלֹא עֲבָדִים לַעֲבָדִים, וְהָלַך וְקָנָה אָדוֹן לְעַצְמוֹ, תֵּרָצַע", דער אויער וואס האט געהערט 'צו מיר זענען די אידן קנעכט, און נישט קנעכט פאר קנעכט', מיט דעם אלעם איז ער זיך געגאנגען פארדינגען פאר א קנעכט צום קנעכט - זאל מען בארן זיין אויער; א איד איז א עבד נאר פארן אייבערשטן, אודאי דארף מען ברענגען פרנסה, מען נעמט אן ארבעט וכו', אבער אויב יענער ניצט דיר פאר א קנעכט - דאס שוין נישט, איך בין אן עבד נאר פארן אייבערשטן.


א מענטש דארף וויסן אז זיין גאנצע פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): דריי שליסלעך ליגן אין די הענט פונעם אייבערשטן, די שליסל פון רעגן, די שליסל פון קינדער און די שליסל פון תחיית המתים, בְּמַעֲרָבָא אָמְרֵי אַף מַפְתֵּחַ שֶׁל פַּרְנָסָה, אין ארץ ישראל זאגט מען: אויך די שליסל פון פרנסה; זעט מען פון דא אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן.


ווען א מענטש זעט אז ער איז נישט מצליח, ער האט נישט קיין פרנסה, טאר מען זיך נישט אראפ קלאפן און ווערן צעבראכן טראכטנדיג: 'איך בין א שלימזל', 'איך טויג אויף גארנישט', ווייל פרנסה האט נישט צו טון מיטן מענטש, פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "בְּשִׁמְך יִקְרָאוּך וּבמְקוֹמְך יּוֹשִׁיבוּך, וּמִשֶּׁלְּך יִתְּנוּ לְך, אֵין אָדָם נוֹגֵעַ בַּמּוּכָן לַחֲבֵירוֹ, וְאֵין מַלְכוּת נוֹגַעַת בַּחֲבֶרְתָּהּ, אֲפִילוּ כִּמְלֹא נִימָא", קיינער קען נישט צו נעמען פון א צווייטן אפילו איין פרוטה, נאר יעדע זאך קומט פונעם אייבערשטן.


די אלע וואס לעבן מיט מורא אז מען וועט זיי אראפ קוקן, זענען באמת אראפ געקוקט ביי זיך אליין; אויב א מענטש איז ביי זיך שטארק, ער ווייסט אז ער טוט גוט, ער לעבט מיט אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער - אזא מענטש אינטערעסירט נישט וואס א צווייטער זאגט, עס גייט אים נישט אן וואס מענטשן זאגן אויף אים.


דיין פראבלעם איז אז דו ביסט נישט זיכער מיט זיך אליין, דערפאר טראכסטו 'אפשר וועט מיין ווייב מיך אראפ קוקן', 'אפשר וועט מיך מיין משפחה אראפקוקן', 'וואס וועט דער זאגן אויף מיר', 'וואס וועט יענער טראכטן אויף מיר' וכדומה; א מענטש דארף זיין ביי זיך אזוי שטארק מיט אמונה, אז עס זאל אים נישט אינטערעסירן וואס א צווייטער זאגט אויף אים און טראכט אויף אים.


מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן די פאלגענדע מעשה, מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אומֵר","תָּם מָה הוּא אומֵר?" ער האט עס איבער געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל, האט מען אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געזאגט: "איך פארשטיי נישט גארנישט, איך זע אין די הגדה אז דער חכם זאגט עפעס, דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר, וואס דער רשע האלט פון מיר, אבער "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר"? ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן, וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל, (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם), דערפאר וויינט ער: 'תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?' וואס זאגט מען אויבן אויף מיר; דער האלט איז איך בין א בטלן, דער האלט איך בין א שלימזל, אבער רבונו של עולם וואס האלסטו פון מיר? רבונו של עולם ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז דער יאר בין איך אריין אריין אינעם צענטן יאר פון ווען איך האב געעפענט די ברסלב'ער ישיבה; מענטשן פרעגן מיר כסדר: "ווי אזוי האסטו געהאט די כוחות אנצוגיין איינער אליין, בשעת יעדער האט געלאכט פון דיר, מען האט געמאכט הפגנות אויף דיר און אויף דיין ווייב, מען האט געווארפן פאשקעווילן, עס זענען געווען מסירות וכו'"; זייער אסאך מענטשן פרעגן מיר דאס, אבער איך פארשטיי בכלל נישט וואס די קשיא איז, וואס איז די גרויסע וואונדער אנצוגיין ווען מען ליידט בזיונות אז מען פארשטייט וואס מען האט צו טון, וואו קומט בכלל אריין א צווייטער אינעם בילד? עס האט מיר בכלל נישט אינטערעסירט וואס מען זאגט אויף מיר - לטוב צי לרעה, ווייל א מענטש מיט אביסל שכל מאכט זיך א חשבון: 'וואס האב איך מיט יענעם?' 'ווער איז דער יענער?' 'דער יענער פארוועם איך שטעל מיך אהער קען מיר בכלל העלפן?' 'איך זאל טוישן מיין לעבן צוליב א צווייטן?'


ווען איך בין געווען א קינד בין איך אמאל געווען מיט מיין טאטע אין א פארם (טיער גארטן), געדענק איך ווי איך בין געשטאנען ביי די קוען און זיי געגעבן שטרוי, אזוי שטייענדיג דארט האב איך געפרעגט מיין טאטע: "וואס טראכט דער קוה ווען ער קוקט מיט זיינע קעלבערנע אויגן?" האט מיר מיין טאטע געזאגט: "טראכט נישט וואס א קוה טראכט, ווייל ער טראכט נישט"; דאס זעלבע זאג איך דיר, פארוואס דארפסטו זיך ארום דרייען טראכטן 'וואס וועט מיין משפחה טראכטן אויף מיר', קודם כל, ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן, יעדער איז פארנומען מיט זיין אייגענע חיים טובים, און אפילו יענער זאל יא טראכטן אז דו ביסט א בטלן, וואס האסטו מיט יענעם. בנוגע דיין ווייב, זי וועט דיר אנקוקן ווי אזוי דו וועסט זיך אהער שטעלן; ביסטו א בטלן - וועט זי דיר אנקוקן ווי א בטלן, ביסטו נישט קיין בטלן, נאר דו האסט גענומען א צווייטע פרנסה ווייל דער בעל הבית איז א שלעכטער, ער שרייט אויף די ארבעטער - וואו קומט אריין דא בטלן? זי וועט זיך פרייען אז דו האסט א פרנסה וואו מען שרייט נישט אויף דיר, זי וועט דאנקען דעם אייבערשטן אז איר מאן האט א פרנסה וואו מען איז אים מחשיב.


עס איז שווער צו ענטפערן בפרטי פרטיות ווען איך קען דיר נישט פערזענליך וכו', אבער מחזק זיין א צווייטן - אפילו מען קען אים נישט - דאס קען מען יא; דערפאר וויל איך דיר מחזק זיין. אחי היקר, שטארק דיר, גיי אריין אין אמונה, חזר דיר די אמונה פשוטה, אז עס איז גארנישט פארהאנען אויף דער וועלט - נאר דער איין איינציגער באשעפער וואס ער איז אלעס, און אלעס איז ער; דער אייבערשטער איז אין דומם, צומח, חי, מדבר, אלעס איז נאר עצם עצמיות חיות אלוקתו יתברך. ווי מער א מענטש חזר'ט אמונה, ווערט ער מער און מער אויף געבויט, מען ווערט זעלבסט שטענדיג און מען באקומט א זעלבסט זיכערקייט.


פארשטייט זיך אז פאר מען טוט א זאך דארף מען זיך דורך שמועסן מיטן אייבערשטן; אויב דו ווייסט נישט צי דו זאלסטו נעמען א צווייטע פרנסה אדער דו זאלסט בלייבן ביי דיין אלטע פלאץ, שמועס דיר אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, וועסטו נאכדעם וויסן וואס דו האסט צו טון. מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינער וואס האט נאך נישט טועם געווען דעם הייליגן רבינ'ס עצות, וואס מען שפירט ווען מען איז זיך מתבודד, ווי אזוי מען באקומט צוריק תשובות פונעם אייבערשטן ווען מען רעדט מיט אים, ווי אלעס איז אזוי קלאר, מען ווייסט אז וואס מען טוט איז גוט, מען טראכט נישט צוריק, מען עסט זיך נישט אויף דאס הארץ מיט טראכטן 'איך האב אזוי געדארפט טון', 'איך האב אהער געדארפט טון', נאר מען איז זיכער מיט זיך ווייל מען האט יעדע זאך אויסגעשמועסט פארדעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.