תוכן השאלה
Dear Rabbi Roth, I listen to your speeches and I find them very inspiring. I wish my husband would listen to them too. I have been married for three years and it's been really difficult. My husband yells at me, threatens me, ignores me, and makes fun of me all the time. He is out with friends a lot and when he is home he is busy with social media and movies. He never understood my needs as a wife. He pays the bills and that's where his role as a husband ends. He never goes to shul, not shabbos, not weekday and doesn't Daven or learn. I tried to have people talk to him, he promised them he will change but he never did. I have been davening so much but it seems hopeless. Recently I have been advised by a prominent ruv to leave the marriage since he doesn't show any signs of change spiritually or emotionally, and that I'm too young to suffer for the rest of my life. Being that you do in shalom bayis, do you think there is any hope for my marriage ? Is there any way I can motivate my husband to change? How can I get him to listen to your speeches so he knows how to conduct himself properly? I would really appreciate a response since the situation is desperate. Thank you so much for taking the time to read my letter. May you continue helping more people BS"D.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך געהאט גרויס ווייטאג און צער צו הערן וואס דו מאכסט מיט פון דיין מאן; איך קען נישט נעמען א צד ווען איך האב נאר געהערט איין זייט פון די מעשה, און איך האלט אז דו דארפסט רעדן צו אים קלארע ווערטער, זאג אים ארויס קלאר וואס עס באדערט דיר, און אז דו ביסט נישט גרייט צו ליידן דיין גאנץ לעבן; דו ביסט נאך א יונגע פרוי און עס שטייט נישט אין ערגעץ אז א פרוי דארף בלייבן איר גאנץ לעבן א לעבעדיגע עגונה. אויב איז עס טאקע אזוי, אז דיין מאן קומט נישט אהיים, ער פארברענגט זיינע נעכט מיט כלומר'ישע חברים, און ווען ער קומט שוין יא אהיים טשעפעט ער דיר און ער סטראשעט דיר, און ער מאכט חוזק פון דיר, דארפסט זיין מיט אים זייער אפען; רעד צו אים שיין, זאג אים אז דו ביסט גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט צו בלייבן מיט אים, אויב ער וועט זיך פירן ערליך און איידל.
דו שרייבסט מיר אז ווען ער קומט שוין יא אהיים איז ער פארנומען מיט social media און movies; ליידער זענען שוין זייער אסאך שטובער חרוב געווארן פון דעם פארשאלטענעם סמארטפאון, דאס נעמט ארויס יעדעס ביסל יראת שמים און יעדעס ביסל גוטס וואס עס איז דא אין א מענטש. א אינגערמאן וואס דארף האבן זיין טעלעפאן פאר פרנסה איז איין זאך, אבער מען טאר דאס נישט אריין ברענגען אין א אידישע שטוב, ווייל דאס איז א גרויסע סכנה פאר א אידישע שטוב.
איך בעט דיר זייער, שטארק דיר און זיי ווייטער מתפלל; בעט דעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. אז דו רעדסט בעסער ענגליש און דו קענסט זיך בעסער ארויסברענגען אויף ענגליש, זאלסטו רעדן צום אייבערשטן אויף ענגליש, ווייל ווען מען רעדט אויף די אייגענע שפראך קען מען זיך בעסער ארויס ברענגען, און מען רעדט מער פון הארץ. בעט דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און אויף אלע אידישע קינדער, עס זאל אריין גיין אין דיין מאן א רוח טהרה, אז ער זאל איינזען אז דאס איז נישט גוט פאר אים, און ער זאל האבן א געפיל צו דיר, און ער זאל אפלאזן אלע זיינע שלעכטע חברים וכו'.
דו שרייבטס מיר אז דו ביסט אסאך מתפלל אבער דו שפירסט נישט ווי דו קענסט נאך האבן א ישועה; זאג נישט אזוי, ווייל ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך, דער אייבערשטער נעמט יעדע ווארט וואס מען בעט אים, און ער העלפט דעם מענטש, נאר אסאך מאל דארף מען אויס ווארטן אויף די ישועה.
דערפאר בעט איך דיר זייער, דו ערשטע זאך זאלסטו זיך נישט פארלירן, נאר זאלסט גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער געבט אכטונג אויף דיר, און ער וועט דיר העלפן, אז דו וועסט האבן א שיינע לעבן איין טאג, דו זאלסט יעדן טאג זיך אויסגיסן דיין הארץ צו אים, בעט אים: "רבונו של עולם, טאטע זיסער, האב רחמנות אויף מיר, קוק צו מיין פַּיין ווי איך ווער דערנידערט און פארשעמט פון מיין מאן, העלף מיר באשעפער אז מיין מאן זאל אוועק ווארפן זיינע מאוויס, ער זאל אפלאזן זיין ,Social Media און ער זאל זיך אויף וועקן פון זיין טיפע שלאף, ער זאל אנהייבן צו גיין אין שול, ער זאל אנהייבן זיך צו פירן ערליך; אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל האבן א גוטע לעבן מיט מיין מאן, איך וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות", איך האב דיר געשריבן די תפילה אין אידיש, אבער אויב דו רעדסט בעסער אויף ענגליש, זאלסטו דאס זאגן אין ענגליש; און בשעת דו צינדסט אן די שבת ליכט, ווען דו לייגסט דיין האנט אויפן פנים, זאלסטו וויינען צום אייבערשטן און אויסרעדן פאר אים אלעס וואס דריקט דיר אויף דיין הארץ, זעץ דיך אראפ ביי די שבת ליכט, און גיי נישט אוועק פון דארט ווילאנג דו רעדסט אויס דיין הארץ, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.
אבער איך זאג דיר נאכאמאל, דו דארפסט זיין אפן מיט דיין מאן; קיינער זאגט נישט אז דו ביסט מחויב צו ליידן דיין גאנץ לעבן פון א מאן וואס פארשעמט און סטראשעט דיך, דערפאר בעט איך דיר, רעד מיט אים א שיינע שמועס, ווייל עס איז נישט כדי צו צעברעכן א שטוב אויב מען קען עס נאך ראטעווען, בפרט ווען עס איז דא קינדער.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.