שאלה אין קורצן ענין
#1 - ליקוטי מוהר"ן איינגעטיילט אויפ'ן חודש, איז געמאכט פאר יעדן?

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם לוח וואס איז איינגעטיילט צו לערנען גאנץ ליקוטי מוהר"ן אין א חודש, איז דאס געמאכט פאר יעדן איינעם? און אפשר קען איך באקומען דעם לוח?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור אינעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה - "עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען לערנט לקוטי מוהר"ן. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד, "סע וועט אים אלע אדערן טרענען".


עס זענען דא תלמידי היכל הקודש וואס ענדיגן יעדן חודש דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען איינער פון די בחורים זענען אמאל געווען ביי מוהרא"ש אין צימער און געזען ווי מוהרא"ש האט זיך אנגעצייכנט א לוח צו ענדיגן יעדע חודש דעם ספר, דער בחור האט דאס אפגעשריבן פאר זיך און אזוי איז דאס פארשפרייט געווארן צווישן תלמידי היכל הקודש און עד היום זענען דא וואס לערנען און ענדיגן דעם ספר יעדן חודש, און מוהרא"ש פלעגט זייער אויסלויבן און זיך בארימען מיט דער זאך.


אבער אין די זעלבע צייט דארף מען וויסן אז מען טאר נישט ווערן צעבראכן אז מען קען נישט טון אסאך, נישט יעדער איז מסוגל אויף דעם; דארף מען כאטשיג יעדן טאג עפענען דעם הייליגן ספר און לערנען וויפיל מען קען, מען דארף געדענקען וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט.


מאך זיך צוויי שיעורים אין ספר לקוטי מוהר"ן; איינס א שנעלע שיעור, לערנען אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער, און נאך א שיעור בעיון. ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמו) "טּוֹב לִקְבֹּעַ לְעַצְמוֹ שְׁנֵי שִׁעוּרִים לִלְמֹד סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", עס איז זייער גוט זיך צוגעוואוינען האבן צוויי שיעורים אין זיינע הייליגע ספרים, "שִׁעוּר אֶחָד פָּשׁוּט", איין שיעור לערנען פשוט, "לִלְמד בִּמְהִירוּת הַרְבֵּה מְאֹד", לערנען זייער שנעל, "כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה שָׁגוּר בְּעַל פֶּה", ביז מען וועט דאס קענען אויף אויסנווייניג, "וְשִׁעוּר אֶחָד לִלְמד בְּעִיּוּן גָּדוֹל", און איין שיעור גוט פארשטיין, "כִּי יֵשׁ עַמְקוּת גָּדוֹל וְנִפְלָא בִּסְפָרָיו", ווייל עס ליגט זייער טיפע זאכן אין די ספרים.


אויך ווערט מען געראטעוועט פון חיבוט הקבר; לערנען לקוטי מוהר"ן ראטעוועט פון די ביטערע שווערע עונשים אין קבר. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט בשם רבי נתן, וואס האט אמאל געזאגט פאר איינעם: "אינגערמאן, לערן דעם ספר לקוטי מוהר"ן, ווייל א גוף וואס האט געלערנט דעם לקוטי מוהר"ן - וועלן די ווערעם נישט בייסן אין קבר".


דא האסטו דער לוח וואס מען האט געפונען ביי מוהרא"ש אין צימער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 


א סדר צו ענדיגן דעם הייליגן ספר "ליקוטי מוהר"ן" יעדן חודש


 







ביז סימן




פון סימן




טאג






ו




א




א






ט




ו




ב






יג




ט




ג






יח




יג




ד






כא




יח




ה






כג




כא




ו






כט




כג




ז






לב




כט




ח






לח




לב




ט






מט




לח




י






נה




מט




יא






נז




נה




יב






סא




נז




יג






סד




סא




יד






סו




סד




טו






ע




סו




טז






עט




ע




יז






קו




עט




יח






קנא




קו




יט






קצא




קנא




כ






רמו




קצא




כא






א (חלק ב)




רמו




כב






ה




א




כג






ח




ה




כד






יז




ח




כה






מט




יז




כו






עב




מט




כז






פג




עב




כח






הסוף




פג




כט






 




כל השיחות ממעלת תורתו שנדפס בסוף הספר




ל