שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין באלעבאס האט נישט קיין שום געפיל צו מיין שווערע ארבעט
פרנסה

תוכן השאלה‎

שלום וברכה פאר'ן ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר'ן אוועקגעבן צייט צו ענטפערן אונזערע שאלות.
די שאלה וואס שטערט מיך איז, אז ס'איז שוין דרייצן יאר, כולם שוים לטובה, וואס איך ארבעט אויף א פלאץ, און איך בין זייער איבערגעגעבן צו די בעלי בתים, איך טו צו זיי אסאך אסאך מער ווי סתם ארבעטערס, איך שטעל זיי צו גאר א געלונגענע ארבעט, אבער למעשה זע איך אז אין די רגע ווען עס קומט צו זייערע אינטערעסן זענען זיי גרייט צו באגראבן די ארבעטערס. פון וואו נעמט מען די מוט און כח צו קענען ווייטער אנגיין מיט די ארבעט? אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע געבן חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיט די ארבעט.
איך זע אז דער ראש ישיבה גייט ווייטער אן מיט זיינע תלמידים, אפילו ווען איך שטעל זיך פאר אז ס'איז אויך בכלל נישט גרינג.
א גרויסן יישר כח
יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד האברך יואל נרו יאיר 


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין קשיא - דאס איז אליין דער תירוץ; דו פרעגסט מיר ווי אזוי עס קען זיין אז דו ארבעטסט שוין אסאך יארן ביי א פלאץ און דו געבסט זיך איבער פאר דיינע בעלי בתים, און יעצט זעסטו אז ווען עס קומט צו זייערע אינטערעסן קוקן זיי נישט אויף דיר, און דו פרעגסט מיר ווי אזוי דאס קען זיין.


וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז נישט געווען קיין שיעור וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה זאל נישט רעדן פון דעם, אז עס איז נישט דא קיין חברים, און עס איז א שאד נאך צו לויפן מענטשן, ווייל יעדער מיינט נאר זיך, והא ראי', די רגע וואס עס וועט אויס קומען בעסער פאר זיי צו נעמען א צווייטער ארבעטער וועלן זיי דיר אוועק שיקן אן קיין רחמנות.


מען זעט נעבעך ווי אינגעלייט צערייסן זיך פאר זייערע בעלי בתים; זיי ווייסן נאך נישט וואס דער לעבן איז, זיי לייגן אלעס אין דער זייט פאר זייערע בעלי בתים, אזוי זענען זיי זיך מוסר נפש לאנגע יארן, ביז דער בעל הבית טרעפט א צווייטע שמאטע וועם מען קען גוט אויסניצן, און דעמאלט זאגט ער אפ דעם אינגערמאן פון איין טאג אויפן צווייטן, און ער בלייבט מיט גארנישט; ער האט נעבעך גארנישט... די ווייב האט ער שוין נישט, ווייל יעדעס מאל זי האט אים געבעטן אהיים צו קומען וכו', האט ער איר אוועק געשטופט מיטן תירוץ: "מיין בעל הבית האט מיר געבעטן דאס און יענץ"; זיינע קינדער האט ער נישט, ווייל ווען זיי פלעגן וועלן רעדן מיט זייער טאטע וכו' האט ער אייביג געהאט גוטע תירוצים אז ער דארף לויפן צו זיין ארבעט, זיין בעל הבית האט אים געבעטן א טובה וכו', און יעצט ווען דער בעל הבית האט אים ארויס געשטויסן, זעט ער זיך איינער אליין.


דערפאר דארף מען געדענקן ווען מען גייט ארבעטן, אז מען גייט ארבעטן פשוט צו ברענגען פרנסה אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי דברים, פרק טו, פיסקא קנח) אויפן פסוק (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "וּבֵרַכְתִּי בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה, יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל? תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", מען דארף ארבעטן, אבער מען דארף געדענקען אז דער אייבערשטער איז דער וואס געבט די פרנסה.


מוהרא"ש האט דערציילט, אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים, און ער האט זייער געוויינט: "רבי, מיין פרנסה געבער איז געשטארבן"; דער איד האט פארמאגט א קו און ער פלעגט מעלקן דאס קו און פארקויפן די מילך, פון דעם האט ער געהאט פרנסה, איין צופרי קומט ער אריין אין שטאל, און טרעפט זיין קו טויט; דער חפץ חיים האט אים געוואלט בארואיגן, אבער דער איד וויינט און שרייט אז ער גייט שוין שטארבן פאר הונגער, ווייל ער האט מער נישט קיין פרנסה, זאגט אים דער חפץ חיים זכרונו לברכה: "דיין פרנסה געבער איז דער אייבערשטער, און ער וועט דיר ווייטער געבן פרנסה, חס ושלום צו טראכטן אז דיין פרנסה איז געקומען פון א קו, נאר די וועג ווי אזוי דו האסט געהאט פרנסה איז געווען דורך די קו, און יעצט וועט קומען דיין פרנסה דורך אן אנדערע וועג".


די מעשה זאלסטו גוט אריינעמען אין זיך; דו זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר איין מינוט אז דיין פרנסה קומט פון די ארבעט, און אויב דו וועסט פארלירן די ארבעט וועסטו אויסגיין פאר הונגער וכו', אדער אנדערע מחשבות וואס קומען אריין אינעם מענטש: 'וואס וועט זיין?' 'ווי אזוי וועל איך האבן געלט?' נאר א מענטש דארף זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט זיך שוין זיינע וועגן ווי אזוי ער העלפט דעם מענטש.


א אינגערמאן וואס קומט ארויף דאווענען אין ישיבה, זאגט מיר פאריאר אז ער וויל זייער שטארק קומען אויף אומאן, אבער דער בעל הבית וואו ער ארבעט זאגט אים אז אויב ער פארט אויף אומאן וועט ער פארלירן זיין דזשאב, און ער פרעגט מיר וואס ער זאל טון; איך האב אים געזאגט אז ער זאל קומען קיין אומאן. למעשה איז ער נישט געקומען קיין אומאן - ער האט נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון; וואס מיינסטו? אפאר וואכן נאך סוכות זאגט ער מיר אז זיין בעל הבית האט געטראפן א צווייטן אינגערמאן וואס טויג אים בעסער, און ער איז געבליבן אן א פרנסה. דער אינגערמאן איז געווען אזוי פארשעמט, ווייל ער האט אוועק געגעבן זיין ראש השנה, זיין רבי, זיין אידישקייט, און זיין התחזקות פאר דעם בעל הבית, און יעצט האט ער גארנישט.


דו בעטסט מיר אן עצה צו האבן כח ממשיך זיין צו ארבעטן אויף א פלאץ נאכדעם וואס דו זעסט אז דיינע בעלי בתים זוכן דיר צו באגראבן; קוק אריין אין מדרש רבה (פרשת וישב) ווי אזוי יוסף הצדיק האט זיך געקענט אויס קומען מיט זיין בעל הבית פוטיפר, עד כדי כך אז (בראשית לט, ב): "וַיַּרְא אֲדֹנָיו כִּי ה' אִתּוֹ", ער האט געזען אז דער אייבערשטער איז מיט אים, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שם פו, ה) אז יוסף הצדיק ווען ער פלעגט באדינען זיין האר, פלעגט ער רעדן צום אייבערשטן, און שטענדיג האבן זיך זיינע ליפן געשאקלט; ביז פוטיפר האט אים איינמאל געפרעגט: "זאג מיר, וואס שאקעלסטו מיט דיינע ליפן, דו מאכסט כישוף?!" האט אים יוסף הצדיק געענטפערט: "ניין, איך איך בין נישט קיין כישוף מאכער, נאר איך האב א גרויסע באשעפער, וואס איך בעט אים אז איך זאל נושא חן זיין אין דיינע אויגן".


זעט מען אז מיט תפילה קען מען באקומען חן אין יעדעמס אויגן, אפילו אין די אויגן פון פוטיפר, וואס ער איז געווען זייער א שמוציגער מענטש וכו'.


שטארק דיר, און דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.