תוכן השאלה
לכבוד הראש ישיבה שליט"א,
קודם כל וויל איך דאנקען דעם באשעפער וואס האט מיר געוויזן דעם אמת'ן וועג און אנגעקומען צו די ריכטיגע געטרייע שלוחים פונעם אייבערשטן, און איך וויל אייך פערזענליך באדאנקען פאר אלע אינהאלטסרייכע שיעורים וואס איז פול מיט תוכן חיזוק והדרכה, וואס געבט אסאך טעם און חיות וסיפוק בעבודת ה'.
יעצט צום נקודת השאלה, איך האב חתונה געהאט שוין מער פון א יאר ב"ה (איך האב שוין א קינד ב"ה) אלעס מער ווייניגער איז אין ארדענונג, פארשטייט זיך אסאך איז צו פארדאנקען אלע אייערע טעגליכע חיזוק און עצות. אבער עס איז דא איין זאך וואס שטערט מיך געפערליך דאס איז אז זי גייט אנגעטון אסאך פרומער ווי איך וואלט בעצם געוואלט זי זאל גיין.
איך וועל אייך זאגן דעם אמת אז אנפאנג איז עס געווען ממש באו מים עד נפש, איך האב געשפירט איך קען נישט אנגיין אזוי, איך פיל נישט קיין טעם און סיפוק מיט גארנישט, דערנאך נאך אסאך מתפלל זיין און התבודדות און אזוי אויך נאכ'ן אריבערגיין א תקופה, האט זיך עס נאר אביסל בארואיגט. איך פיל אז ס'איז נישט בסדר, איך וויל טון די ריכטיגע שריט ווייל דאס פארשטערקערט מיינע נסיונות אויף גאר א גרויסע פארנעם און איך זוך א עצה פאר דעם.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אויבערשטער זאל אייך באצאלן פאר אלעס וואס איר טוט פאר זיינע קינדער.
שלמה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד שלמה נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך בעט דיר ברחמים ובתחנונים האב רחמנות אויף דיר; פארלאנג נישט פון דיין ווייב זי זאל זיך אנטון מער פראסט, מער קורץ, שמאל און אויסגעשניטן וכו'. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע פרוי וואס גייט אנגעטון בצניעות, וויפיל אינגעלייט רייסן זיך די האר פון קאפ אז זייער ווייב איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין וכו'. זיי האבן אנגעטראפן שלעכטע חבר'טעס וכו' און זיי שרייבן זיך מיט אלע רוחות רעות וואס דאס ברענגט ליידער זייער ביטערע נאכפאלגן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ז.): "הַרְבֵּה יַלְדוּת עוֹשָׂה, הַרְבֵּה שְׁכֵנִים הָרָעִים עוֹשִׂים"; צוביסלעך האבן זיי זיך אנגעהויבן לאזן וואקסן זייער האר און עס צוגעדעקט בלויז למחצה לשליש ולרביע וכו'.
וויסן זאלסטו, דאס לעבן פון א מענטש איז אזוי קורץ און שנעל, מען געבט זיך איין דריי און מען איז אן אלטער איד, מען געבט זיך איין דריי און מען האט א שטוב מיט גרויסע קינדער. דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב געבט אכטונג ווי אזוי זי טוט זיך אן; אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו ערליכע קינדער און איר וועט שעפן נחת פון זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט) "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט בצניעות וועט האבן גוטע קינדער.
חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית, עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה, אלע זענען געווען כהנים גדולים. אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּך? האבן די חכמים איר געפרעגט: וואסערע גוטע זאך האט איר געטון אז איר האסט זוכה געווען אז אלע אייערע קינדער זענען ערליכע אידן און כהנים וואס טוהן די עבודה אין בית המקדש? אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי, האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר"; זעט מען פון דעם אז ווען מען פירט זיך מיט צניעות האט מען נאכדעם נחת פון די קינדער.
איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט משוגע מאכן דיין ווייב זי זאל זיך אנטון מער פראסט וכו' – פארקערט, זאלסט איר געבן חיזוק זי זאל גיין אנגעטון מער בצניעות, נישט אראפרייסן איר צניעות חס ושלום און איר זאגן "טו זיך אן מער פראסט, מער אויפרייסעריש וכו'"; וויי פאר די אינגעלייט וואס ברענען זיך אפ מיט די אייגענע הענט זייער עתיד דורכדעם וואס מען מוטשעט די פרוי זי זאל זיך אנטון מער פראסט. וואס מיינסטו, אז דו וועסט מוטשען דיין ווייב זאל זיך אנטון מער פראסט און זי וועט דיר נאכגעבן, זי וועט זיך טוישן וכו' וועסטו שוין זיין צופרידן? איך זאג דיר אז דו וועסט נאך אלץ נישט זיין צופרידן, דו וועסט ווייטער מיינען אז א צווייטער האט עפעס בעסער פון דיר וכו'.
דעם ראש השנה אין אומאן איז צו מיר צוגעקומען א איד מיט א געוויין און מיר געבעטן: "ראש ישיבה געב מיר א ברכה, וואונטש מיר אן אז מיין ווייב זאל וועלן גיין אנגעטון צניעות'דיג, עס זאל אריין גיין אין איר א רוח טהרה", ער זאגט מיר: "איך האלט עס נישט אויס, איך וויל א ערליכע לעבן". הערנדיג דאס האב איך געטראכט צו מיר: 'דער אינגערמאן האט א שרעקליכע צרה; דאס איז באמת א צרה, דער איז א פארלוירענער, ווייל אז די ווייב גייט נישט אנגעטון בצניעות איז אויס שטוב, אויס מאמע, אויס ווייב, עס ווערט אויס וועלט'.
יעצט ליינענדיג דיין בריוו טראכט איך צו מיר: 'נארישע קליינקעפלדיגע אינגעלייט, זיי וואלטן זיך אזוי געדארפט פרייען אז זיי האבן א ערליכע ווייב, א ערליכע שטוב, א מאמע פאר זייערע קינדער, א מאמע וואס איר גאנצע מח איז נאר אירע קינדער, זי טראכט ווי אזוי זי קען זיי מחנך זיין די קינדער מיט יראת שמים. א מאמע וואס גיסט אפ די קינדער נעגל וואסער, א מאמע וואס ליינט קריאת שמע מיט די קינדער, אנשטאט דעם זוכן זיי ווי זיי קענען מער אויפרייסן די ווייב וכו', מער אריין ברענגען די ווייב אין די גוי'אישע וועלט'.
פאלג דעם רבי'ן און מאך דיר א שיעור אין משניות; זע צו זאגן יעדן טאג פרקים משניות, ווייל "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה" - ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער און עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש. ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', אבער אז מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.
נאכאמאל, מוטשע איר נישט זי זאל זיך אנטון מער פראסט וכו'; פארקערט, זיי איר מחזק זי זאל בלייבן מיט איר איידעלע באשיידענע וועג ווי אזוי זי גייט.
איך האף אז דו וועסט מיר פאלגן וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.