תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב עטליכע בחורים וואס גליטשן ליידער אוועק, איך פרוביר זיך אן עצה צו געבן און זיי מחזק זיין אז זיי זאלן זיך דערהאלטן, אבער יעצט קומט די שווערסטע פראבלעם אז מיין ווייב איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע פון דעם, און איך ווייס נישט וואס צו טון.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
אפרים
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אפרים נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אויף יעדן איינעם גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן, עס איז נישט דא קיין מענטש בזה העולם וואס מוטשעט זיך נישט. אונזער ארבעט איז, מיר זאלן פרובירן מיט אלע אונזערע כוחות זיך צו שטארקן, זיך פרייליך צו מאכן.
איך בעט דיר זייער, שטארק דיר און זיי פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב; אז מען האט א שטוב מיט קינדער, דארף מען פרובירן מיט אלע כוחות אנצוגיין, אז די אנדערע קינדער זאלן דיר חס ושלום נישט אוועקפאלן.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן סה): "כְּשֶׁאָדָם מְסַפֵּר לַחֲבֵרוֹ צַעֲרוֹ, צָרִיךְ הַשּׁוֹמֵעַ לְהַחְכִּים בִּשְׁעַת הַשְּׁמִיעָה, שֶׁלֹּא יָבוֹא עָלָיו הַצַּעַר הַזֶּה", ווען מען הערט ווי איינער דערציילט א צרה דארף מען זיין קלוג, און טראכטן: 'וואס קען איך טון אז דער צרה זאל נישט קומען אויף מיר'; דאס גייט אויך ארויף ביים מענטש אליין. ווען א מענטש זעט אז עס האט אים פאסירט א צרה, דארף ער טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מאכן עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל'. ווען עלטערן זעען אז א קינד איז אוועק געפאלן פון אידישן וועג לא עלינו, דארפן זיי אכטונג געבן אז די אנדערע קינדער זאלן נישט מיט פאלן.
דערפאר זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב, זי זאל ווייטער זיין א פרייליכע מאמע, און אז זי וועט זיין פרייליך וועט זי דיר מחזק זיין; דער עיקר זייט אייך מחזק מיט אמונה פשוטה, איר זאלט נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, איר זאלט ווייטער פרובירן מיט אלע אייערע כוחות מחנך צו זיין אייערע קינדער בשמחה ובטוב לב.
שלמה המלך זאגט (קהלת יא, ו): "בַּבֹּקֶר זְרַע אֶת זַרְעֶךָ, וְלָעֶרֶב אַל תַּנַּח יָדֶךָ, כִּי אֵינְךָ יוֹדֵע אֵי זֶה יִכְשָׁר - הֲזֶה אוֹ זֶה, וְאִם שְׁנֵיהֶם כְּאֶחָד טוֹבִים"; מען טאר נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט ווי די ארבעט פון יארן איז אוועק געפאלן. קוק אן דער הייליגער תנא רבי עקיבא ווי ער האט זיך דערהאלטן; ער האט געהאט פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים, ער האט זיך מיט זיי געמוטשעט, ווער עס האט תלמידים ווייסט ווי שווער עס איז צו ארבעטן מיט תלמידים, מען דארף האבן כוחות עצומים, מען דארף האבן אייזערנע נערווען מען זאל נישט ווערן בכעס וכו', און אלע זיינע תלמידים זענען אויסגעשטארבן. וואס האט דער הייליגער תנא רבי עקיבא געטון? ער האט אנגעהויבן פון פריש, ער האט געעפענט נאכאמאל זיין ישיבה און ער האט אויפגעשטעלט פינף תלמידים וואס האבן ליכטיג געמאכט דער וועלט.
וואס האבן אונזערע זיידעס און באבעס געטון ווען דער ימח שמו'ניק האט אויסגע'הרג'ט זעקס מיליאן אידן, גאנצעטע משפחות זענען פארברענט געווארן, און עס איז בלויז איבער געבליבן (ירמיהו ג, יד): "אֶחָד מֵעִיר, וּשְׁנַיִם מִמִּשְׁפָּחָה"? זיי האבן אויפגעשטעלט פון פריש א נייעם דור. מיינע זיידעס און באבעס, אלע האבן זיי געהאט איינגעקריצט נומערן אויף זייער האנט, זיי זענען אלע געווען אין אוישוויץ, זיי פלעגן דערציילן ווי זיי האבן אלעס פארלוירן, זייער גאנצע משפחה, אבער זיי האבן זיך געשטארקט און אנגעהויבן פון דאסניי, די זענען די גרעסטע העלדן זייט דער וועלט שטייט. דאס זעלבע איז ווען א מענטש זעט ווי זיינע קינדער פאלן אים אוועק איינס נאכן צווייטן, טאר מען נישט אויפגעבן, מען דארף נאכמאכן רבי עקיבא, אנהייבן פון דאסניי.
איך האף אז דו וועסט זיך מחזק זיין און ווייטער דינען דעם אייבערשטן בשמחה ובטוב לבב, דו וועסט מחזק זיין דיין ווייב און איר פרייליך מאכן, וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער, עס וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.