שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין ווייב טשעפעט מיר און קוקט מיר אראפ
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א מורא'דיגע פראבלעם, מיין ווייב קומט פון זייער אן ארויפגעקוקטע משפחה, און זייט אונזער חתונה - פאר די לעצטע צען יאר - האלט זי אין איין זאגן אז זי איז אריינגעפאלן מיט א נעבעכדיגע משפחה, און זי מאכט כסדר חוזק פון מיין משפחה ביי יעדע געלעגנהייט, און ס'טוט מיר זייער וויי.


זי גייט כמעט נישט צו מיינע עלטערען, אין די צייט וואס זי זיצט אפ גאנצע טעג ביי איר משפחה, און איך זאג איר קיינמאל גארנישט.


לעצטענס איז איר שוועסטער געווארן א שדכנ'טע און זי האט שוין אנגעטראגן אפאר שידוכים פאר מיין משפחה. און יעדעס מאל וואס איינער זאגט אפ א שידוך, זאגט זי פאר מיין ווייב אז קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט אונז, און דאס העצט נאך מער אויף מיין ווייב קעגן מיר. זי מאכט מיך פילן ווי איך בין א נידעריגע קלאס מענטש.


א גרויסן ש'כח פאר אייער הילף.


אליעזר דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אליעזר דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער שווער צו ענטפערן אויף שלום בית ווען מען הערט נאר איין זייט פון די מעשה. אבער דאס איז זיכער אז דו דארפסט זיין מיט דיין ווייב אפען, דו דארפסט איר זאגן אז עס באדערט דיר זייער ווען זי מאכט אוועק דיין משפחה. און דאס וואס דו שרייבסט אז דו זאגסט איר קיינמאל גארנישט וכו', מיט דעם ביסטו נישט גערעכט, ווייל אז מען זאגט נישט ווייסט מען נישט.


אסאך מאל לעבט זיך א מענטש אין זיין חריין פאר זיבציג יאר, און ווי לאנג מען זאגט אים נישט: "ר' איד, פארוואס לעבסטו איינגעגעסן אין חריין ווען דו קענסט זיך אריין עסן אין א זיסע פרוכט" - ווייסט מען נישט אז מען ליגט אין חריין; אזוי אויך זענען דא מענטשן וואס מען האט זיי פשוט נישט געלערנט וואס שלום בית איז, מען האט אים נאר אויסגעלערנט אז דעמאלט קויפט מען אזא מתנה, און דעמאלט זאגט מען יישר כח, אבער מער פון דעם ווייסט מען נישט וואס שלום בית איז.


דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפען איינער מיטן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן. אויב מען רעדט נישט, אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן, איז זייער ביטער.


אסאך מאל קומט דער מאן פון א משפחה וואס דער וועג ווי אזוי מען רעדט דארט איינער מיטן צווייטן איז דורך זיך שטעכן (פארשטייט זיך אז מען לייגט צו: "איך מאך נאר א וויץ", "איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט א בעבי?") און די פרוי קומט פון א איידעלע משפחה, א משפחה וואו מען רעדט מיט דרך ארץ איינער צום צווייטן. יעצט וואס געשעהט ווען די פרוי קען נישט נעמען די וועג ווי אזוי איר מאן רעדט, אבער זי שעמט זיך צו רעדן מיט אים וועגן דעם, אדער זי האט מורא וכו'? זי עסט זיך אן אינעווייניג, ביז זי איז מחליט: 'איך גיי מיר אהיים צו מיינע עלטערן, איך קען נישט וואוינען מיט אזא חי' רעה'... אבער ווען די פרוי וואלט ווען גערעדט צו איר מאן, און אים געזאגט שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, עס באדערט מיר ווען דו מאכסט די וויץ אויף מיר", "עס באדערט מיר די וועג ווי אזוי דו רעדסט", "איך בין נישט צוגעוואוינט צו דעם ברייטן שפראך", וואלט דער מאן איר געזאגט: "קוק אהער מיין טייערע ווייב, איך קום פון אזא שטוב ווי מען דזשאוקט זיך איינער אויפן צווייטן; איך גיי ארבעטן אויף מיר, איך גיי אכטונג געבן ווי אזוי איך רעד צו דיר, און אויב איך רעדט יא ברייט וכו', בעט איך דיר מיין טייערע ווייב נעם עס נישט פרזענליך, ווייל איך מיין נישט גארנישט", און עס וואלט געווען שלום על ישראל.


אבער אז מען רעדט נישט איז זייער נישט גוט; זי מיינט ער וויל איר פליקן, און ער מיינט אז זי איז א בעבי און די שלום בית פלאצט פאר גארנישט און פאר נישט. און באלד וועסטו נאך הערן אין שול ווי מען רעדט וועגן זייער גט, און מען זאגט: "נא, זיי האבן זיך נישט גע'גט וועגן שטותים, דארט איז טאקע געווען פראבלעמען", ווען די גאנצע זאך האט פאסירט נאר ווייל מען רעדט נישט.


ווען מען איז געקומען פארציילן פאר ר' נתן זכרונו לברכה אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים, און איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז, אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט, ער רעדט נישט, און מען הערט נישט פון אים קיין איין ווארט, האט ר' נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; דאס זעלבע זאג איך דיר, שלום בית איז נישט אז מען זאגט קיינמאל גארנישט - אזוי ווי דו שרייבסט, שלום בית איז יא צו רעדן, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


בדרך כלל ווען א מענטש רעדט נישט, ער געבט נישט ארויס וואס עס באדערט אים און וואס עס דרוקט אים, מיט דער צייט ווערט דער מענטש אנגעגעסן אין זיך, און עס פלאצט נאכדעם אויס זייער נישט גוט, און זייער אסאך מאל צעפאלן אידישע שטובער, נאר ווייל מען האט נישט גערעדט, און מען האט זיך אנגעגעסן איינער אויפן צווייטן, ביז מען האט שוין נישט געקענט מער, און מען האט אויסגעפלאצט זייער נישט שיין איינער אויפן צווייטן.


ווען דיין ווייב בארעדט דיין משפחה, זאלסטו איר שיינערהייט זאגן: "ביסט גערעכט, מיין משפחה זענען שווערע מענטשן, אבער איך בעט דיר זייער מיין טייערע ווייב, זאג עס נישט, ווייל יעדע מאל דו זאגסט עס טוט עס מיר וויי וכו'", וועסטו זען אז זי וועט דיר מער נישט צעקלאפן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען קייזערן און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר"; דער רבי לערנט אויס דרך ארץ, אז א מענטש זאל זיך רעכענען מיט א צווייטנס געפילן.


מען טאר קיינמאל נישט אוועק מאכן א צווייטענס משפחה אדער חסידות; איינער וואס טשעפעט א צווייטן מיט זיין טאטע מאמע, אדער רבי וכו' - דער מענטש כאפט נישט וואס ער טוט, מען האט אים נישט געלערנט וואס מיינט גוטע מידות, דערפאר מיינט ער אני ואפסי - איך מיט מיין רבי מיט מיין משפחה זענען גוט, און עפעס אנדערש איז נישט חשוב.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ביים הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע פלעגט אריין קומען צו אים אין צימער און אנגעפאנגען רעדן צו אים אנקעגן זיין ווייב, זי איז געשטאנען און גערעדט אויף איר כל דבר אסור, איז דער הייליגער רבי מרדכי'לע זי"ע געזיצן און איר אויסגעהערט, און ווען זי איז ארויס געגאנגען האט ער גענומען זיין קאפל און אויסגעשאקלט, און צוריק געגאנגען לערנען. שפעטער קומט אריין די רעביצין און הייבט אן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א דאס מיט א יענץ", און זי האט געשריגן און געשריגן, ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיטן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער גענומען זיין קאפל און דאס אויסגעשאקלט, און זיך צוריק געזעצט לערנען.


וויסן זאלסטו אז א שניר מיט א שוויגער קומען זיך נישט אויס; דאס איז ביי יעדן איינעם די זעלבע זאך, און דער מאן איז "מאנקי אינדערמיט", מען דארף קענען גיין צווישן די טראפנס, און אויב מען רעדט שיינערהייט קען מען אלעס פארשפארן.


איך ווייס אז עס איז שווער צו רעדן, אבער נישט רעדן איז נישט קיין עסק; איך האלט דו זאלסט כאפן א שיינע שמועס מיט דיין ווייב, זאג איר שיינערהייט אז עפעס באדערט דיר שוין פאר א לאנגע צייט, און זאג איר אפענערהייט אז יעדעס מאל זי מאכט אוועק דיין משפחה ציפט עס דיר ביים הארץ. אז זי וועט דיר פרעגן: "וואס? דו האסט מער ליב דיין מאמע ווי מיר?" זאג איר: "ניין, דו ביסט מיר מער ווי די גאנצע וועלט, אבער עס באדערט מיר ווען מען מאכט אוועק מיין משפחה". איך זאג דיר אז זי וויל נישט דיין שלעכטס, נאר זי כאפט פשוט נישט אז עס באדערט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.