שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין מאן טוט גארנישט, זאל איך זיך גט'ן?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מיט מיין מאן האבן שוין חתונה געהאט פאר אסאך יארן, מיר האבן ב"ה זעקס קינדערלעך, אבער אונזער גאנצער לעבן איז איין שטיק מחלוקת און קריגערייען.


איך ארבעט, און איך געב זיך אפ מיט די קינדער, און איך ברענג פרנסה אין שטוב; און מיין מאן טוט גארנישט, ער שלאפט נאר אריין יעדן טאג ביז שפעט, און דאס מאכט מיר זייער ברוגז און אויפגערעגט אויף אים, און מיר האלטן אין איין זיך קריגן.


איך קלער באמת אז ס'לוינט זיך מיר ענדערש זיך צו גט'ן פון אים, וואס וואלט איר גע'עצה'ט מיר צו טון?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער שאלה איז זייער שווער צו ענטפערן, בפרט ווען מען הערט נישט ביידע צדדים וכו'.


איך קען אייך מחזק זיין אז איר זאלט זיך שטארקן און ווייטער בויען אייער שטוב מיט אלע כוחות כדי אייערע קינדער זאלן קענען אויסוואקסן געזונטע און ערליכע אידן; טראכט'ס נישט קיין מחשבות פון זיך גט'ן, ווייל קיינער ווייסט נישט די צער וואס קינדער פון גע'גט'ע שטובער גייען אריבער. עס איז נישט דא נאך אזא צער אויף דער וועלט ווי די צער פון קינדער פון גע'גטע שטובער; עס ווערט זיי פינסטער זייער לעבן, זיי וואקסן אויף מיט פחדים און מיט שלעכטע מחשבות וכו', ביז זיי גייען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן.


אז איר פרעגט מיר אן עצה, זאג איך אייך: "זיך גט'ן איז נישט קיין עצה"; עס קוקט אפשר אויס ווי אן עצה אבער נאכדעם איז זייער ביטער. ווי איך פארשטיי פון אייערע ווערטער וואס שטערט אייך איז, אז אייער מאן שלאפט אריין אין טאג אריין און ברענגט נישט קיין פרנסה וכו'. זאלט איר וויסן זיין אז דאס איז נישט פון שלעכטיקייט, דאס קומט פון צעבראכנקייט; פון עצבות און מרה שחורה. אנשטאט איר זאלט שרייען אויף אים און אים קלאפן ווען ער איז ביי זיך אינעווייניג טיף טיף זייער צעקלאפט וואלט איר אים געדארפט פרייליך מאכן און אים געבן א מוט ער זאל וועלן אויפשטיין, דורכדעם וואלט ער אויפגעשטאנען פרי און געלאפן ברענגען געלט פאר אייך.


איך זאג אייך נאכאמאל, איך קען נישט די מעשה און איך ווייס נישט וואס, ווען און וואו, אבער פון אייער שאלה זע איך אז אייער מאן איז זייער צעבראכן און דערשלאגן. דאס איז דער סימן ווען א מענטש שלאפט אריין אין טאג אריין, אז ער איז דערביטערט און ער האט נישט קיין סיבה אויפצושטיין; א פרייליכער מענטש שפרינגט ארויס פון בעט אינדערפרי לויפן דאווענען און ברענגען פרנסה.


זאלט איר פרייליך מאכן אייער מאן און רעדן שיין צו אים, אזוי ווי דער פריערדיגער רבי פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "פאר א קוש באקומט מען נישט קיין פאטש"; אז איר וועט רעדן שיין צו אים וועט ער באקומען א מוט אויפצושטיין און אלעס וועט זיך טוישן. ווייל שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ" א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב, און א נארישע פרוי צוברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; א פרוי מיט שכל ווארט אפ איר מאן, זי שרייט נישט אויף אים, נאר פארקערט זי הייבט אויף זיין מוט און זי געט אים גוטע ווערטער, בפרט אז דער מאן מוטשעט זיך מיט פרנסה וכו', ווארט זי אים אפ מיט א שמייכל, זי מאכט אים ער זאל שפירן ווי ער איז ווערד, אזוי טוישט זיך אלעס לטוב.


איך זאג אייך נאכאמאל: "זיך גט'ן איז נישט קיין עצה", בפרט אז איר האט טייערע קינדער, ווי אזוי קענט איר דאס טון פאר זיי?! איך זאג שטענדיג פאר די וואס פרעגן מיר צי זיי זאלן זיך גט'ן: "אז דו זאלסט נעמען א ביקס און חס ושלום שיסן דיינע קינדער וועט זיי נישט זיין אזוי שלעכט ווי אויב דו גייסט זיך גט'ן".