תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אסאך מאל ווערט די בארד פארקניפט, מעג מען פרובירן עס צו עפענען? איך האב אמאל מורא עס צו טון, ווייל רוב מאל קען עס ארויסרייסן האר פון די בארד.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
... נרו יאיר
יא, מען מעג אויפקניפן די בארד, מען מעג זיך אויסקעמען די בארד; אדרבה, דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל זיין מסודר, גיין צאמגענומען די פיאות מיט די בארד. מען האט געזען ביים רבי'ן ווען ער איז ארויס פון שטוב האט ער זיך צאמגענומען די פיאות וכו'.
מען דארף זיין זייער פרייליך אז מען האט א בארד מיט פיאות, יעדע האר אינעם בארד איז מער ווערד פון כל הון דעלמא, אזויפיל הייליגקייט ליגט באהאלטן אינעם בארד, און דערפאר פארלייגן זיך די קליפות מיט די סטרא אחרא מען זאל אראפנעמען די הייליגע בארד, מיט די בארד אין פיאות אליינס קען מען זיך אזוי מחיה זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.