תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געזען אין איינע פון די בריוו אז עס איז נישט דא קיין פראבלעם פון גיין אין שויער נאכ'ן מקוה, וואלט איך געוואלט וויסן ווי אזוי דאס קען זיין, אין די צייט וואס איך ווייס אז דער אר"י הקדוש פלעגט זיך ניטאמאל אפווישן נאך די מקוה.
יישר כח פאר אלע בריוון, חיזוק שיעורים און עצות.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער אריז"ל האט זיך נישט אפגעווישט נאכן זיך טובל'ן אין מקוה ערב שבת כדי די הייליגע מקוה וואסער זאל זיך איינזאפן אין זיין גוף, אבער ווער עס איז אן איסטניס און ער קען נישט ליידן די מקוה, ער דארף זיך אפוואשן וכו', און אז מען וועט אים נישט מתיר זיין צו גיין אין שאוער נאכן מקוה - וועט ער נישט גיין אין מקוה, איז זיכער ער זאל גיין אין מקוה און ער מעג זיך אפוואשן, ווייל די מעלה פון גיין אין מקוה קען מען נישט באגרייפן. דער הייליגער בעל שם טוב האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות נאר דורך זיך טובל'ן אסאך אין מקוה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.