שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען הערן די ניגונים פון ר' שלמה קארליבאך?
ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


יישר כח אויף דעם וואס איר נעמט זיך די מיה און ענטפערט שאלות פאר יעדן שואל, וואס איך גלייב אז דאס קאסט אפ אסאך כח. איך האב געוואלט פרעגן אן אינטערסאנטע שאלה וואס שטערט מיר שוין זייער א לאנגע צייט, און וועל זיך פרייען אויב די ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן.


פאר בערך א יאר צוריק בין איך געווען אויף א שבת אין צפת, און איך האב דארט געדאווענט ביי א 'קארליבאך מנין', איך האב געשפירט זייער א דערהויבענעם טעם דארט, איך וויל צולייגן אז עס איז געווען אויסגעהאלטן לויט אלע גדרי ההלכה, און זייט דעמאלט האב איך אנגעהויבן הערן זיינע מעשיות און ניגונים וועלכע האט מיר געטוישט די גאנצע בליק אויף די משמעות פון א איד און פון שבת וכו', איך האב אבער געהאט איין פראבלעם מען האט דאך נישט געהאלטן פון אים?


איך בין געווארן זייער צעמישט, פון איין זייט ווער איך נענטער צום באשעפער, אבער פון די צווייטע זייט איז ער זייער אפגעפרעגט ביי די חרדישע וועלט. א שטיק צייט צוריק האט דער ראש ישיבה דערמאנט ר' שלמה איבער זיין שייכות וואס ער האט געהאט צו מוהרא"ש, און עס האט מיר זייער אויפגעלעבט צו הערן אז איך בין נישט אפגעפרעגט אז איך האב ליב זיינע ניגונים. וואלט איך געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר מסביר זיין אביסל מער וואס האט מוהרא"ש געהאלטן איבער אים און צי מעג מען טאקע הערן זיינע ניגונים, ובפרט אז דער רבי שרייבט אז מען זאל נישט הערן ניגונים פון נישט ערליכע מענטשן.


אגב, איך האב די וואך זוכה געווען פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש פון מוהרא"ש צום ערשטן מאל אין מיין לעבן, א נסיעה אויף וועלכע איך האב פארברענגט אויף דעם 11 שעה, אזוי אויך האב איך מתפלל געווען פאר'ן ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא א' - ערב יום טוב שבועות, ה' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ער האט אסאך געטון צוריק צו ברענגען אידישע קינדער, זייער אסאך מענטשן האט ער מקרב געווען צום אייבערשטן; אויך פלעגט ער פארטיילן קונטרסים פון מוהרא"ש פאר בחורים און מיידלעך זיי צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן.


איינמאל איז ער געקומען צו א שבע ברכות וואס איז פארגעקומען ביי מוהרא"ש; ביי די סעודה האט מוהרא"ש געזינגען די ניגון אויף די ווערטער: "מְמַלֵא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", דער ניגון האט מוהרא"ש מחבר געווען ווען ער האט זיך מתבודד געווען אין פעלדער און אין וועלדער; מוהרא"ש האט גע'חזר'ט די ווערטער זייער אסאך מאל, אריין צו נעמען אין זיך אז עס איז גארנישט פארהאן אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן פון קיינעם ווייל אלעס איז דער אייבערשטער; נישט דא קיין דומם, נישט דא קיין צומח, קיין חי און מדבר, אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם באשעפער, דער אייבערשטער האט זיך אויסבאהאלטן אין די וועלט; דעמאלט האט מוהרא"ש מחבר געווען דעם באקאנטן תנועה'לע.


נאכדעם וואס מוהרא"ש האט געענדיגט זינגען דעם ניגון ביי די שבע ברכות האט ער געפרעגט מוהרא"ש צי ער קען מאכן א ניגון אויף די ווערטער און ער האט געמאכט א פרישע תנועה אויף די ווערטער; פון דעמאלט פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זינגען ביידע תנועות.


די סיבה פארוואס מען האט נישט געהאלטן פון אים איז געווען ווייל מען האט נישט געהאלטן פון די וועג ווי אזוי ער פלעגט צוריק ברענגען מענטשן וכו', וכו'; אבער חס ושלום צו זאגן אז ער גייט אריין אין די כלל פון א מנגן רשע. דו קענסט ווייטער הערן זיינע ניגונים.


א פרייליכן יום טוב.