שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג איך זאגן פאר מיין מאן צו פארן שטייטער?

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


מעג איך זאגן פאר מיין מאן ער זאל פארן שטייטער, ווען ער פארט צו שנעל מיט די קאר? איך האב אסאך מאל פשוט מורא; אויסער דעם וואס איך וויל נישט ער זאל כאפן א טיקעט, אין די צייט וואס ער פרובירט ארויסצוקריכן פון חובות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שלום בית איז זיין אפן מיטן מאן, און אז דער מאן פארט שנעל, שנעלער ווי מען מעג פארן, און מען האט א פחד - דארף מען אים זאגן; מען דארף זיין אפן מיט אים.


נישטא אזא זאך 'האבן א פחד פונעם מאן', א פחד דארף מען האבן נאר פונעם אייבערשטן, מיר אלע דארפן ציטערן און מורא האבן פארן אייבערשטן, און דער אייבערשטער זאגט מיר דארפן זיך מכבד זיין; דער מאן איז מכבד די ווייב און די ווייב איז מכבד דעם מאן, און ביידע האבן מורא נאר פונעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ט', הלכה ח): "אִי אֶפְשָׁר לְאִישׁ בְּלֹא אִשָׁה", א מאן קען נישט זיין אן א ווייב, "וְאִי אֶפְשַׁר לְאִשָּׁה בְּלֹא אִישׁ", און א פרוי קען נישט זיין אן א מאן, "וְאִי אֶפְשַׁר לִשְׁנֵיהֶן בְּלֹא שְׁכִינָה", און ביידע דארפן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.