שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען לערנען דף היומי?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג אסאך הערן אייערע שמועסן און שיעורים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געלערנט אסאך גוטע זאכן, ביז ווען איך האב געהערט איין זאך וואס האט מיר זייער געשטערט, ווען איר האט געזאגט ביי א שיעור פאר סאטמארע אינגעלייט אז היינט מעג מען שוין לערנען "דף היומי".


איך מיין אז אפילו אויב איר האלט אז מ'מעג עס לערנען, טאר מען דאס אבער נישט זאגן פאר סאטמארע אינגעלייט וואס זיי האט מען אנדערש געלערנט, נאכדערצו צו זאגן אז דער סאטמארער רבי זי"ע וואלט היינט אויך שוין געלאזט דאס לערנען, וואס דאס איז שוין א חוצפה צו זאגן.


עס איז קלאר אז אויך דא אין אמעריקע האט דער סאטמארער רבי זי"ע אויך נישט געלאזט לערנען דף היומי. רבי מאיר שפירא זי"ע האט געהאט א ברודער וואס האט געוואוינט אין אמעריקע, און ער איז געקומען צום סאטמארער רבי זי"ע אז מ'זאל לערנען דף היומי, האט אים דער רבי געענטפערט, "וואס זאל איך טון, דף היומי איז אגודה, און אגודה איז ציונות, און ציונות איז אפיקורסות".


איר טוט געוויס אויף גאר אסאך גוטע זאכן, און איך וואונטש אייך הצלחה אין אלע ענינים, אבער איך בין פארווייטאגט איבער די נושא, און איך האף אז איר וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח, הערשל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הערשל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וואס דו פרעגסט היתכן איך רעד צו אינגעלייט מען זאל לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, ווען אסאך צדיקים זענען ארויס אנטקעגן 'לימוד דף היומי'.


וויסן זאלסטו אז הגאון רבי מאיר שפירא זכרונו לברכה האט אריינגעברענגט דעם לימוד ביי כלל ישראל, נאכדעם וואס ער האט דאס באקומען א מתנה פון רבי'ן.


די ברסלב'ע חסידים האט מען שטענדיג גע'רודפ'ט און מבזה געווען, און ווען די גרעניצן פון פוילן זענען געווען פארמאכט איז נישט געווען קיין שום וועג צו קענען פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, האט ער מסכים געווען אוועק צו געבן דעם בנין פון זיין ישיבה 'ישיבת חכמי לבלין' פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל האבן א פלאץ וואו צו דאווענען צוזאמען במשך ראש השנה, בנוסף צו דעם האט ער אליינס אויך מיט געדאווענט מיט אנשי שלומינו. האבן אנשי שלומינו פונעם פריערדיגן דור - רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה ה' ינקום דמו, און רבי אהרן לייב ציגלמאן זכרונו לברכה ה' ינקום דמו געזאגט, אז דער רבי האט אים געגעבן דערפאר א מתנה, ער האט זוכה געווען אריין צו ברענגען דעם לימוד ביי כלל ישראל, ווייל פאר אנשי שלומינו איז געווען זייער א גרויסע זאך אז אזא גרויסער רב ווי רבי מאיר שפירא ז"ל זאל אוועק געבן זיין ישיבה פאר ברסלב'ע חסידים און אויך מיט דאווענען מיט זיי.


פרעג נישט וואס ער האט זיך איינגעקויפט מיט דעם; מען האט אים געטשעפעט און פארגעהאלטן 'היתכן ער נעמט אריין די ברסלב'ע וכו'', דערפאר האט אים דער רבי באצאלט.


נאכדעם איז געקומען די 'אגודת ישראל פארטיי', זיי האבן געזוכט ווי אזוי זיי קענען כאפן די וועלט מיט אלע גדולים וכו', האבן זיי פראקלאמירט דעם לימוד ביי זייער כנסיה הגדולה; דעריבער זענען די צדיקים פון יענעם דור געווען זייער אנטקעגן דעם לימוד און געזאגט אז מען זאל נישט לערנען מיט זייער וועג, נישט צוליב דעם וואס דער עצם לימוד איז א פראבלעם נאר כדי מען זאל זיי נישט געבן קיין חיזוק וכו', אבער היינט צו טאגס שטעלט זיך ארויס אז דאס האט גארנישט צו טון מיט 'אגודת ישראל'.


היינט צו טאגס ווען א בחור אדער א אינגערמאן לערנט יעדן טאג דעם דף גמרא, האט דאס נישט קיין שום שייכות מיט קיין שום פארטיי; דער גאנצער פארטיי איז שוין צעשפליטערט און צעטיילט אויף עקסטערע פארטייען, יעדער פון זיי זוכט נאר כבוד און געלט וכו', יעדער איינער זעט שוין איין היינט צוטאגס אז זייער גאנצע כוונה איז נאר געלט און כבוד וכו'.


ווען איינער לערנט היינט דעם לימוד האט דאס גארנישט מיט זיי; פארקערט, יעדע דף גמרא וואס א מענטש איז זוכה צו לערנען ברענגט ער אריין אין זיך דעם אייבערשטן. מיט יעדע דף גמרא וואס מיר לערנען איז מען מקרב די גאולה און מיר וועלן זוכה זיין אז עס וועט מקוים ווערן דעם פסוק (זכריה יג, ב): "וְהָיָה בַיּוֹם הַהוּא נְאֻם ה' צְבָאוֹת, אַכְרִית אֶת שְׁמוֹת הָעֲצַבִּים מִן הָאָרֶץ, וְלֹא יִזָּכְרוּ עוֹד; וְגַם אֶת הַנְּבִיאִים וְאֶת רוּחַ הַטֻּמְאָה אַעֲבִיר מִן הָאָרֶץ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.