תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א איבער א זאך וואס איך פיר זיך אז ווען איך לערן, נעם איך א ניגון און מיט דעם זינג איך די ווערטער פון משניות, גמרא, זוהר, ליקוטי מוהר"ן, און אזוי ווייטער. דאס געבט מיר א שטארקע חשק צו לערנען.
איך טראכט אבער צומאל אויב דאס איז נישט אביסל א זלזול אין די הייליגע תורה, אפשר דארף מען מער לערנען מיט אן ערנסטקייט. אויך האב איך חברים וואס האבן טענות אויף מיר פארוואס איך טו דאס, זיי האלטן מיר פאר אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן. פארשטייט זיך אז איך זינג נישט הויך צו שטערן מיינע ארומיגע.
מיין שאלה איז אויב טו איך ריכטיג, איך זע למעשה אז אן דעם לערן איך ווייניגער.
א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס העלפט מיר ארויס אזויפיל אין לעבן, בפרט דער סדר דרך הלימוד וואס איז ממש מחי' נפשות.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו לערנסט עס מיט חשק אויפ'ן קול; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות לימוד, סימן טו): "הַדִּבּוּר בְּקוֹל רָם מֵבִיא הֶרְגֵּשׁ וּתְנוּעָה לְכָל הָאֵיבָרִים", לערנען אויפ'ן קול ברענגט א חשק און געפיל אין אלע אברים; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן טז): "הַלּוֹמֵד בְּקוֹל רָם מַאֲרִיךְ יָמִים, וְתַלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ", ווער עס לערנט אויפ'ן קול וועט האבן אריכות ימים און ער וועט געדענקען וואס ער לערנט; עס איז זייער גוט צו לערנען אויפ'ן קול מיט א ניגון, אזוי וועסטו געדענקען וואס דו לערנסט.
דארפסט אכטונג געבן אז ווען דו לערנסט און דאווענסט צווישן מענטשן זאלסטו נישט זיין אנדערש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויפ'ן הייליגן תנא רבי עקיבא (ברכות לא.): "כְּשֶׁהָיָה מִתְפַּלֵּל עִם הַצִּבּוּר, הָיָה מְקַצֵּר וְעוֹלֶה מִפְּנֵי טֹרַח צִבּוּר", ווען ער האט געדאווענט צווישן עולם האט ער געדאווענט אנדערש ווי ער האט געדאווענט פריוואט, ווען ער האט געדאווענט פריוואט - "אָדָם מַנִּיחוֹ בְּזָוִית זוֹ וּמוֹצְאוֹ בְּזָוִית אַחֶרֶת מֵרוֹב כְּרִיעוֹת וְהִשְׁתַּחֲוָיוֹת", האט ער געדאווענט מיט אזא ברען, מיט אזא פלאקער; ער האט אזוי געשפרינגען און געטאנצן און זיך געשאקלט, ער איז געלאפן פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ, דאס איז געווען ביחידות, אבער צווישן מענטשן האט ער געדאווענט צווישן מענטשן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן, הלל הזקן זאגט (תוספתא ברכות, סוף פרק ב): "אַל תֵּרָאֶה עָרוֹם", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס זענען אנגעטון - זאלסטו נישט גיין אויסגעטון, "אַל תֵּרָאֶה לָבוּשׁ", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס זענען אויסגעטון - זאלסטו נישט גיין אנגעטון, "אַל תֵּרָאֶה עוֹמֵד", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס זיצן - זאלסטו נישט שטיין, "אַל תֵּרָאֶה יוֹשֵׁב", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס שטייען - זאלסטו נישט זיצן, "אַל תֵּרָאֶה שׂוֹחֵק", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס טרויערן - זאלסטו זיך נישט פרייען, "אַל תֵּרָאֶה בּוֹכֶה", אויב דו געפונסט זיך צווישן מענטשן וואס פרייען זיך - זאלסטו נישט טרויערן; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (מסכת דרך ארץ רבה, סוף פרק ז): לֹא יִשְׂמַח אָדָם בֵּין הַבּוֹכִים וְלֹא יִבְכֶּה בֵּין הַשְּׂמֵחִים וְכוּ'.
אין בית המדרש זאלסטו לערנען אזוי ווי אלעמען; קענסט זיך אונטער זינגען א ניגון, אבער נישט שטערן אנדערע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.