שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען לערנען אין די "שטיינזאלץ" גמרות?
גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען דעם קונטרס "בית נצחי", וואס מ'דרוקט יעדע וואך די לימודים פון די וואך אין בבלי, ירושלמי, און תוספתא. איך פארשטיי אבער נישט פארוואס מ'לייגט דארט אריין די גמרא פון "שטיינזאלץ", וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך גדולי ישראל ווייל מ'האט געטראפן דארט מינות וכדומה, פארוואס זאל מען נישט נוצן גמרא פון אנדערע כשר'ע דרוקער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו לערנען אין גמרות פון שטיינזאלץ; פארקערט, ער איז זייער גוט מסביר די גמרא. עס זענען דא וואס האלטן זיך צוריק פון לערנען אין די גמרות ווייל זיי ווילן געדענקען די צורת הדף וכו' און אין די גמרות איז אנדערש די צורת הדף וואס צוליב דעם איז שווער צו טרעפן א מאמר חז"ל. אבער יעצט האבן זיי שוין געטוישט און זיי געבן שוין ארויס די גמרות מיטן צורת הדף.


דער עיקר זאלסטו לערנען יעדן טאג גמרא, דאס וועט דיר אפוואשן פון אלעס שלעכטס. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


וואויל איז דער מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און פילט אן זיינע טעג מיט תורה; וועט ער זוכה זיין צו לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.