תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב אסאך נסיונות, מיין ווייב איז נישט אזוי שיין, און איך בעט איר אלץ אז ווען איך קום אהיים זאל זי זיך שיין אהערשטעלן פאר מיר, איך ווייס אבער נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן. איך מיין אבער אז דאס וועט מיר העלפן אז איך זאל נישט האבן קיין נסיונות אויפ'ן גאס. וואס איז די ריכטיגע און אויסגעהאלטענע וועג אין דעם ענין?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב צווישן דיר און דיין ווייב וועט זיך אלעס טוישן, בעט דעם אייבערשטן אז דיין ווייב זאל האבן חן אין דיינע אויגן וועט זי באקומען חן אין דיינע אויגן.
אויף אלעס דארף מען בעטן דעם אייבערשטן; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אז די ווייב זאל זיין שיין, אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:): דער הייליגער אמורא רבי מני האט זיך באקלאגט פאר רבי יצחק בן אלישיב: "לֹא מִיקַּבְּלֵי עֲלֵי אִינְשֵׁי בֵּיתִי", איך האב נישט קיין געפיל צו מיין ווייב, זי איז נישט שיין פאר מיר, האט רבי יצחק מתפלל געווען פאר איר זי זאל שיין ווערן און עס איז געשען א נס אז זי איז שיין געווארן. נאכדעם איז ער געקומען וויינען צו רבי יצחק און געזאגט: "קָא מִגַּנְדְּרָא עֲלֵי", פון ווען זי איז שיין געווארן גרויסט זי זיך אויף מיר, זי איז מזלזל אין מיר, האט רבי יצחק געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין דאס שיינקייט פון איר, זי זאל נישט טשעפען איר מאן און זי איז צוריק געווארן ווי פריער; זעט מען פון דעם אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב צווישן מאן און ווייב, און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן די ווייב זאל האבן חן, ווייל מיט תפילה קען מען אלעס באקומען.
א פרוי מעג זיך שיין מאכן פאר'ן מאן; נישט נאר זי מעג, נאר עס איז א מצוה פאר איר, ווייל מיט דעם היט זי אפ איר מאן פון עבירות. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כג:) די חכמים האבן געזען ווי די ווייב פון אבא חלקיה - אן אייניקל פון חוני המעגל - גייט אנגעטון מיט שיינע צירונגען אויפ'ן גאס, האבן זיי אים געפרעגט: "פארוואס גייט דיין ווייב אנגעטון מיט צירונגען אויפ'ן גאס?" האט ער זיי געענטפערט: "כְּדֵי שֶׁלֹּא אֶתֵּן עֵינַי בְּאִשָּׁה אַחֶרֶת", זי היט מיר אפ איך זאל נישט קוקן אויף אנדערע פרויען, זעט מען פון דעם אז א פרוי דארף זיך שיין מאכן פאר'ן מאן.
געב אכטונג צו רעדן שיין צו דיין ווייב; רעד צו איר מיט דרך ארץ וועט זי טון דיין ווילן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.