שאלה אין קורצן ענין
#1 - נאך די חתונה דארף מען אנהאלטן אלע חומרות פון די עלטערן?
חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ביי מיינע עלטערן אין שטוב איז דא פיל מער חומרות ווי ביי געווענליכע מענטשן, מיין שאלה איז אויב נאך די חתונה דארף מען ווייטער אנהאלטן די אלע חומרות אדער נישט, איך רעדט פון זאכן וואס שטייען נישט אין שלחן ערוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נישט ענטפערן בכלליות צי מען זאל זיך פירן מיט חומרות צי נישט ווייל עס ווענדט זיך וואס, ווען און וואו; פון איין זייט האט דער רבי אונז געהייסן זיך פירן אן קיין חומרות, אבער עס זענען דא פעלער ווי מען דארף יא מחמיר זיין, ווי למשל ביי הכשרים און בפרט ביי פלייש. דארט דארף מען אכטונג געבן צו עסן נאר פון א שוחט וואס האט יראת שמים און מען קען נישט קויפן פון וועם עס לאזט זיך; הגם עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה א, א): "הַכֹּל שׁוֹחֲטִין לְכַתְּחִלָּה", ווער עס קען הלכות שחיטה קען שחט'ן; מיט דעם אלעם דארף מען זייער אכטונג געבן פון וואספארא שוחט מען עסט.


אזוי זענען דא נאך אסאך זאכן וואס מען דארף דערביי זייער נזהר זיין, מען קען נישט נוצן דעם דיבור פון רבי'ן: "מֶען דַארְף נִישְׁט מַחֲמִיר זַיין מִיט חוּמְרוֹת", איבעראל. מוהרא"ש האט דערציילט אז ער האט געזען מיט זיינע אייגענע אויגן ביי אנשי שלומינו וואס פלעגן שטענדיג חזר'ן וואס דער רבי האט געזאגט: "מֶען דַארְף נִישְׁט מַחֲמִיר זַיין מִיט חוּמְרוֹת" ווען עס איז געקומען צו הכשרים וכו' ווי זייערע קינדער זענען נעבעך ארויס לתרבות רעה און געווארן פורקי עול רחמנא לצלן, ווייל זיי האבן נישט מקפיד געווען אויף הכשרים וכו'.


מען קען אסאך מאל זען ביי משפחות ווי דער זיידע איז א גרויסער עם הארץ אבער ער איז מחמיר און מדקדק כחוט השערה - צום ביישפיל - ביים מאכן אלע סארט פסולים אין זיין סוכה... עס איז א ביטערע געלעכטער ווי מען קען בויען א סוכה ווען מען קען נישט לערנען, למעשה דער זון קען שוין יא אביסל לערנען און ער האט דאך איינגעבאקן אין זיך דעם טאטע'נס מסירות נפש ווייל ער האט דאס צוגעזען יאר נאך יאר, שטעלט ער שוין צוזאם דאס מסירות נפש מיט הלכה און פון דעם ווערט א שיינע אויסגעהאלטענע סוכה, נאכדעם דער אייניקל וואס ער האט געזען דאס מסירות נפש פון זיידן און די הלכה פון טאטע'ן און לערנט שוין נאך מער, לייגט שוין צו נאך מער הידורים, און אזוי איז ביי אלע מצוות.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמג): "כְּבָר הָיָה לוֹ חֵשֶׁק כַּמָּה פְּעָמִים לַעֲשׂוֹת הֲלָכוֹת פְּסוּקוֹת עַל הַשֻּׁלְחָן-עָרוּךְ לְבָאֵר כָּל דִּין וָדִין בַּהֲלָכָה פְּסוּקָה אוֹ לְהַצִּיג הֲלָכָה כְּדִבְרֵי מִי מֵהַפּוֹסְקִים אֵצֶל כָּל דִּין וָדִין", איך האב געהאט חשק צו מאכן א ספר אויפן שלחן ערוך, אנצוצייכענען אויף יעדע הלכה וואס דער דין איז הלכה למעשה, "אַךְ עַכְשָׁו שֶׁיָּצָא זֶה הַסֵּפֶר לָעוֹלָם לֹא יִהְיֶה עִנְיָן הנ"ל", אבער אזוי ווי עס איז ארויס געקומען דער ספר 'ליקוטי מוהר"ן' פעלט דאס שוין נישט אויס.


מוהרא"ש איז מסביר, וואספארא שייכות האט ליקוטי מוהר"ן מיט הלכה, דער ספר ליקוטי מוהר"ן רעדט דאך נישט פון הלכה?! נאר ווען מען איז זוכה צו לערנען אסאך דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן איז מען זוכה צו באקומען א קלארע און לויטערע כח המדמה צו וויסן וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון. ווייל דער רבי געבט אונז א ריינעם כח המדמה מיר זאלן זיך נישט אפנארן חס ושלום (עיין אשר בנחל מכתב לו אלפים קצ).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.