תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיט ארום זעקס יאר צוריק, שוין נאך מיין חתונה, בין איך געגאנגען צו מיין מורה דרך זיך דורכצורעדן איבער א שווערע נסיון וואס איך האב זיך געמוטשעט דערמיט, און זיין תירוץ איז געווען "ביסט משוגע?! דאס ווילסטו?!", און דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס איך האב זיך דורכגערעדט מיט אים, אבער קיין אנדערער מורה דרך האב איך נישט געהאט.
איך האב אין די לעצטע יארן געהאט מיינע בעסערע און שוואכערע צייטן, איך האב שטענדיג געוואלט זיין נענטער צום אייבערשטן, אבער אין מיינע שוואכערע צייטן בין איך געגאנגען אזוי נידעריג אז עס פאלט א פחד ווי אזוי א קינד פונעם אייבערשטן קען פאלן אזוי נידעריג, איך האב עובר געווען אויף די הארבסטע פון די הארבסטע עבירות רחמנא ליצלן, געגאנגען פון איין עבירה צו א אנדערע ממש וואו א משוגענער, און איך בין נאך געווען א חוטא ומחטיא רחמנא ליצלן, ווי מער איך האב פרובירט ארויסצוקריכן און זיך איינרעדן אז איך ווער בעסער, בין איך נאך טיפער געפאלן.
איך בין יעצט אין א מצב אז איך קען ממש נישט שלאפן ביינאכט פון די שולד געפילן און צער, איך פרוביר צו פאסטן כאטש ביז חצות, איך נעם אפילו נישט א ווארעמע שויער, איך האב זיך פארגענומען קבלות טובות, אבער איך בין באמת פארלוירן און צעבראכן, איך ווייס נישט וואס צו טון, ווי אזוי קען איך תשובה טון אויף מיינע עבירות? קען איך נאך האבן א תיקון? עס מוז זיין אז איך בין אדער באמת משוגע אז איך האב געקענט טון די אלע זאכן אדער האב איך א הויכע נשמה אז דער שטן לאזט מיך נישט אפ.
אין גוטע צייטן קען איך לעבן מיט'ן אייבערשטן און זיך אוועקגעבן בגוף בנפש ובממון ממש, באמת אלע דריי שלא על מנת לקבל שכר אדער אנערקענונג, פאר א צווייטן איד, און אין אנדערע צייטן קען איך דורכפאלן מיט די הארבסטע עבירות וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף, איך בין ממש די מיסט פון די מיסט פון כלל ישראל, אויב איך קען זיך נאך אפילו פאררופן אלס א חלק אין כלל ישראל, איך בין נישט באקאנט מיט די ברסלב'ע דרך און מיט רבי נחמן'ס ספרים, אבער איך ווייס אז מ'זאגט נאך פון אים אם אתה מאמין שאפשר לקלקל תאמין שאפשר לתקן, איך פרוביר זייער שטארק צו גלייבן אז איך קען נאך פאררעכטן, אבער ווי אזוי?
איך ווייס נישט צו וועם מען קען זיך ווענדן פאר א תשובה און תיקון אבער עס איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס פון מכתבים און תשובות פון תלמידים וואו מען קען פרעגן שווערע שאלות, נעם איך די העזה אייך צו פרעגן, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך און וואויל, לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון זיין רצון, אבער ווי אזוי? איז דא פאר מיר א תשובה? איז דא פאר מיר א תיקון? איך בין גרייט צו טון אלעס אין די וועלט צו האבן א תיקון און זיין שטענדיג נאנט צום אייבערשטן, קענט איר מיך העלפן? די איינציגסטע זאך וואס איך וויל איז אז דער אייבערשטער זאל מיר מוחל זיין אויף מיינע שרעקליכע עבירות, איך זאל האבן א תיקון, און איך זאל שטענדיג טון דעם רצון השם.
איך בעט זיך צו אייך מיט א צובראכן הארץ און מיט טרערן אין די אויגן, איך האב זיך נישט וואו צו ווענדן, העלפט מיר!
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת משפטים, ל"ז שובבי"ם, כ"ג שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
חס וחלילה צו זאגן אויף זיך אז דו ביסט די מיסט פון די מיסט פון כלל ישראל; אפילו א איד זינדיגט מיט די ערגסטע עבירות ווארט דער אייבערשטער אויף אים, ער זאל זיך צוריקקערן צו אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיט.): "יָדוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פְּרוּסָה תַּחַת כַּנְפֵי הַחַיּוֹת כְּדֵי לְקַבֵּל בַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה", דעם אייבערשטנ'ס האנט איז אויסגעשטרעקט צו אננעמען די תשובה פון די וואס טוען תשובה; זאל א מענטש האבן געטון וואס ער האט געטון, אויב טוט ער תשובה - איז דער אייבערשטער אים מוחל. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט: "מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים", גלייך ווען דער מענטש דערציילט מיר אלעס וואס ער האט געטון און ער האט חרטה, "אֲנִי מוֹחֵל לָהֶם", פארגעב איך זיינע זינד.
עס איז גוט דו זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען א שיעור אין משניות בגירסא, אפילו אן פארשטיין; זאג פרקים משניות, דאס וועט אויסלייטערן דיין נשמה. ווייל עס ווערט געברענגט פון די גורי האריז"ל אז 'מִשְׁנָה' איז די זעלבע אותיות פון 'נְשָׁמָה', אפילו איינער וואס האט פארשמירט זיין נשמה, דורך לערנען משנה וועט ער אויסוואשן די נשמה. אזוי אויך שטייט אין ספר יסוד יוסף (סוף פרק מו): "כִּי לִימוּד הַמִּשְׁנָה, מְסוּגָל לְהָבִיא הַנְּשָׁמָה הַטְּהוֹרָה אֶל הָאָדָם", לערנען משניות מאכט א ריינע נשמה. און דער של"ה הקדוש זאגט (ספר של"ה מסכת שבועות פרק נר מצוה, אות יז): "עוֹשֶׂה סוּלָם לַנְּשָׁמָה", דורך לערנען משניות מאכט מען זיך א לייטער פאר די נשמה צו קענען אנקומען צו הויכע מדריגות. אויך שטייט אין ספר ראשית חכמה (שער הקדושה פרק ב, אות יג): "אֲגַב מְבֹאָר כִּי סְגֻלַּת גִּרְסַת הַמִּשְׁנָיוֹת לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע וּלְהַכְנִיעוֹ", זאגן משניות האט א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע און אים אונטערטעניגן.
וואס דו זאלסט נאר האבן אפגעטון אין לעבן - קענסטו מתקן זיין דורך לערנען תורה ובפרט מיט לערנען משניות. דער ראשית חכמה ברענגט (שער הקדושה פרק יז, אות צז) פון תיקונים: "שֶׁמִּי שֶׁפָּגַם בַּנְּשָׁמָה", ווער עס האט פוגם געווען זיין נשמה, "תִּקּוּנוֹ", קען ער דאס פאררעכטן, "עַל יְדֵי עֵסֶק הַתּוֹרָה", דורך לערנען תורה, "בְּשִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה", לערנען משניות.
דערפאר זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען משניות; זאג אסאך משניות - וועסטו אלעס פאררעכטן און דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק. עס איז דא נאך אסאך עצות, אבער אז מען נעמט צו סאך קען מען אראפפאלן פון אלעס; איז גוט אז דו זאלסט זיך קאנצעטרירן אויף לערנען משניות. ווען דו האסט צייט זאלסטו כאפן דעם משניות'ל און לערנען און זאגן, אזוי וועסטו אלעס פאררעכטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.