שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס בין איך נישט געווען ביים שיעור פון ראש ישיבה שליט"א?
שלום בית, סיפורי מעשיות, שיעור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין אזוי לאנג געווארן צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א, צו קענען מיטהאלטן לעבעדיג א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער פונקט ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען דא אין שטאט פאר א שיעור האט מיין ווייב געוואלט איך זאל בלייבן אינדערהיים איר צו העלפן מיט די קינדער. איך האב געקווענקלט וואס צו טון, און איך האב זיך דערמאנט די שיעור פון פארגאנגענע יאר ל"ג בעומר (וואס איז יעצט געווען געדרוקט אינעם גליון "אשית עצות בנפשי") וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט דארט אז א שיעור קען מען שפעטער איבערהערן, און אויב די ווייב דארף הילף אינדערהיים זאל מען איר נישט זאגן "אויב דער ראש ישיבה שליט"א איז אין ארץ ישראל גיי איך צום שיעור".


צומארגנס האט מיין ווייב מיר געפרעגט אויב איך בין אויפגערעגט אויף איר אז זי האט מיר נישט געלאזט גיין צום שיעור, האב איך איר געזאגט אז עס איז א נס אז איך בין מקורב צו אזא ראש ישיבה וואס געבט מיר דעם שכל צו בלייבן פרייליך אפילו איך בין נישט געגאנגען צום שיעור וואס איז נאר דא איין מאל א יאר ווען דער ראש ישיבה שליט"א קומט קיין ארץ ישראל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט געבליבן העלפן דיין ווייב, דאס איז געווען די גאנצע שיעור, מען זאל העלפן אין שטוב די ווייב מיט די קינדער, און אז מען קומט צום רבי'ן - דארף מען פאלגן דעם רבי'ן, אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט, רבי נתן איז אמאל געגאנגען צום רבינ'ס ציון אינאיינעם מיט זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער, אויפ'ן וועג צום ציון האט זיך צעריסן די רעקל פון רבי נחמן טולטשינער, האט אים רבי נתן געזאגט: "גיי פאררעכט דיר דיין רעקל, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז) מען זאל אכטונג געבן אז די בגדים זאלן נישט זיין צעריסן", אבער רבי נחמן טולטשינער האט זייער שטארק געוואלט זיין אינאיינעם מיט רבי נתן ביים ציון איז ער מיטגעגאנגען מיט רבי נתן, ער האט געטראכט ער וועט שפעטער פארנייען זיין רעקל, האט אים רבי נתן געזאגט: "פארוואס קומסטו צו א רבי, אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?!"


העלף דיין ווייב מיט די קינדער. שיעורים קען מען הערן אויפן טעלעפאן, שיעורים קען מען הערן ווען די קינדער שלאפן, ווען אלעס איז רואיג. דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר", דער רבי האט געזאגט מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.