שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס בין איך נישט מצליח אין פרנסה?
פרנסה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, שוין בערך צוויי חדשים וואס איך בין כמעט נישט מצליח מיט מיין פרנסה, אפשר זאל איך אפלאזן די פרנסה? איך פאל אריין נאר מער און מער אין חובות, פאר זאכן וואס איך האב נישט קיין ברירה.


עס ליגן שטעקן געלט ביי מענטשן וואס שלעפן מיר א גאנצן צייט ארום, אויך פון מיין אלטע ארבעט איז מען מיר שולדיג א גרויסע סכום געלט, ס'קען זיין אז ווייל איך האב אים שטארק צוגעדרוקט צו באקומען די געלט, האב איך באקומען א עונש אז ס'האט זיך מיר פארמאכט די שפע? אפשר דארף איך עפעס תשובה טון? איך וואלט זיך זייער געפריידט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מדריך זיין וואס צו טון, אז איך זאל ארויסזען פון מיין פלאנטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


הדבר הראשון פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט דיך נישט פארלאזן, דו וועסט נאך ארויס גיין פון אלע דיינע חובות, דו דארפסט זיך נאר דערהאלטן, נישט אויפגעבן, נישט לאזן די עצבות ומרה שחורה דיך פארכאפן.


די וועג פאר הצלחה אין פרנסה איז צו זיין פרייליך, מוהרא"ש זאגט נאך פון צדיקים, עס שטייט אין פסוק (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ אַךְ שָׂמֵחַ", און דו זאלסט זיין נאר פרייליך; די סופי תיבות פון וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ' איז דער שם "חַתָּ"ךְ", די שם פון פרנסה; ווייל שמחה איז מסוגל פאר פרנסה.


לאז דיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך, און לאז נישט די עצבות ומרה שחורה דיך איבערנעמען, ווייל דיין הצלחה איז געוואנדן אין דיר, אין דיין מצב רוח; אויב דו ביסט פרייליך וועסטו זייער מצליח זיין, און חס ושלום אז דו וועסט לאז די עצבות ומרה שחורה ביי דיר - וועסטו אלעס פארלירן חס ושלום, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח.


עס איז נישט גרינג צו זיין פרייליך, עס איז גאר א שווערע עבודה. מוהרא"ש זאגט, עס איז גרינגער צו פאסטן און טון סיגופים - ווי זיין פרייליך; ווייל די נאטור איז - צו זיין טרויעריג, אויף יעדן מענטש גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן, און דאס שלעפט אים אראפ אין דאגות און אין מרה שחורה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "כִּי טֶבַע הָאָדָם לִמְשֹׁךְ עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן, וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים", יעדער איינער האט זיך זיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס מאכט אים דערביטערט און צוגעלייגט, "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", און מען דארף פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; מען דארף זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען - אפילו מיט נארישקייטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.